אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבקה"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
שורה 41: שורה 41:
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז־געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. אליעזר האט פארציילט פאר רבקה'ס פאמיליע איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון. ער האט זיי דערציילט איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען.
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז־געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. אליעזר האט פארציילט פאר רבקה'ס פאמיליע איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון. ער האט זיי דערציילט איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען.


חז"ל דערציילן אז בתואל האט נישט איינגעשטימט צו געבן רבקה, און ער האט איר שיער מטמא געווען, איז געקומען א מלאך און אים ערמארדעט{{הערה|{{ילקוט שמעוני|חיי שרה|קט}}; {{מסכת קטנה|סופרים|כא|ט}}. זעט [מדוע בתואל ניסה לעכב את נישואי רבקה], אויף "חידוש".}}. דאן האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער נאכדעם וואס אליעזר האט זיך גע'עקשנ'ט צו גיין תיכף האבן זיי באשלאסן צו רופן דאס מיידל און איר פרעגן. רבקה האט צוגעשטימט צו גיין. געצוואונגערהייט האבן זיי באגלייט אליעזר, רבקה, און [[דבורה מינקת רבקה|איר זייגערין]] און איר געוואונטשן אויסערליך: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|יג}}}}. רבקה מיט אירע באדינערינס האבן זיך ארויסגעלאזט נאך אליעזר'ן רייטנדיג אויף קעמלען.
חז"ל דערציילן אז בתואל האט נישט איינגעשטימט צו געבן רבקה, און ער האט איר שיער מטמא געווען, איז געקומען א מלאך און אים ערמארדעט{{הערה|{{ילקוט שמעוני|חיי שרה|קט}}; {{מסכת קטנה|סופרים|כא|ט}}. זעט [https://www.hidush.co.il/hidush.asp?id=21662 מדוע בתואל ניסה לעכב את נישואי רבקה], אויף "חידוש".}}. דאן האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער נאכדעם וואס אליעזר האט זיך גע'עקשנ'ט צו גיין תיכף האבן זיי באשלאסן צו רופן דאס מיידל און איר פרעגן. רבקה האט צוגעשטימט צו גיין. געצוואונגערהייט האבן זיי באגלייט אליעזר, רבקה, און [[דבורה מינקת רבקה|איר זייגערין]] און איר געוואונטשן אויסערליך: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|ס|יג}}}}. רבקה מיט אירע באדינערינס האבן זיך ארויסגעלאזט נאך אליעזר'ן רייטנדיג אויף קעמלען.


===אנקום פון רבקה קיין כנען===
===אנקום פון רבקה קיין כנען===

רעוויזיע פון 13:07, 17 נאוועמבער 2023

רבקה
די קברים פון יצחק און רבקה אין "אולם יצחק", מערת המכפלה
די קברים פון יצחק און רבקה אין "אולם יצחק", מערת המכפלה
געבורט ב'פ"ה
חרן
פטירה ב'ר"ז (אלט: 122 בערך)
ארץ ישראל
מקום קבורה מערת המכפלה
טאטע בתואל
בן זוג יצחק אבינו
קינדער יעקב אבינו, עשו
צאל קינדער 2
תקופה תקופת האבות

רבקה אמנו (ב'פ"הב'ר"ז), איז די צווייטע פון די פיר אמהות פון כלל ישראל; די ווייב און שוועסטערקינד פון יצחק, מאמע פון יעקב און עשו, טאכטער פון בתואל, און שוועסטער פון לבן הארמי. זי איז באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה.

זי איז געווען די איינציגסטע פרוי פון יצחק, און האט געבוירן יעקב און עשו. זי ווערט באצייכנט אין די תורה ווי א פרוי שיין אין איר אויסזען און אין אירע מעשים, זיך אויסצייכענעדיג אין חסד[1].

עטימאלאגיע

איר נאמען נעמט זיך פון "עגל מרבק"[2], וואס פארשער ערקלערן אז עס איז געווען אן אויסדרוק פאר שיינקייט אין יענעם קולטור[3]. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון א סעמיטישע טערמין פאר ווייכקייט און בויגזאמקייט[4].

פריע לעבן

איבער רבקה ווערט דערציילט בעיקר אין ספר בראשית, און אין מדרשי חז"ל דערויף. כאטש איר נאמען ווערט דערמאנט ווייניגער ווי אנדערע אמהות, איז איר לעבנס געשיכטע דאס מערסטע דעטאלירט פון זיי און די מערסטע פסוקים באציען זיך דירעקט צו איר, זייענדיג אויך די איינציגסטע וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה[5].

רבקה איז געבוירן געווארן אין חרן[6] אין יאר ב'פ"ה אדער ב'ע"ד[7] צו בתואל, נאך איר ברודער לבן[8]. דער מדרש דערציילט אז ביים זיך צוריקקערן פון הר המוריה נאכ'ן עקידת יצחק האט אברהם געטראכט "וואלט מיין זון שוין געווען גע'שחט'ן וואלט ער געגאנגען אנע קינדער. איך וואלט אים געדארפט פארהייראטן א טאכטער פון ענר, אשכול אדער ממרא." באלד אים השי"ת געמאלדן אז איר בת זוג, רבקה, איז שוין געבוירן געווארן[9]. דער פסוק קומט אויך באטאנען אז "וזרח השמש ובא השמש" – נאך איידער דער זון איז אונטערגעגאנגען מיט די פטירה פון שרה, האט עס שוין אויפגעשיינט מיטן געבורט פון רבקה[10].

די תורה איז מאריך אין איר יחוס[11] און עס קומט אויס אז יצחק איז געווען א דאפלטע שוועסטערקינד צו רבקה, וויבאלד בתואל'ס פאטער נחור איז געווען א ברודער פון אברהם, און זיין מוטער מילכה - א שוועסטער פון שרה.

הייראט צו יצחק

שידוך

אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטאוו דורעי

אין פרשת חיי שרה[12] ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט, וואס לויט חז"ל איז דאס געווען אליעזר[13], צו זיין פאמיליע אין חרן, צו טרעפן א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין כנענית.

אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין ארם נהריים צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט אין די צייט וואס די מיידלעך גייען דאן שעפן וואסער. ער האט געדאוונט צו השי"ת אז ער זאל אים ווייזן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, מאכנדיג א סימן אז די מויד וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען וועט זי רעאגירן אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען, דאס איז די גאט־אויסדערוועלטע פרוי פאר יצחק.

נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה אנגעקומען, און כאטש זייענדיג פון א רייכע פאמיליע פלעגט זי קיינמאל אליין גיין שעפן, האט מען איר פון הימל געשטיפט דאס מאל יא צו גיין אליין[14], און זי האט זיך ניטאמאל געלאזט באדינען מיט אירע דינסטן נאר אליין געשלעפט דאס קריגל אויף איר אקסל[15]. אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר", ערשט נאך ער האט געענדיגט טרינקען האט זי זיך אנגעטראגן צו שעפן אויך פאר זיינע קעמלען, דערמיט צייגנדיג אז זי וויל אים נישט צוזאמשטעלן מיט זיי[16]. זי איז געלאפן מיט'ן קריגל, מאכנדיג אז זיינע שיריים זאלן זיך אויסגיסן, כדי נישט צו געבן דערפון פאר די קעמלען צוליב זיין כבוד[17] די מפרשים ערקלערן נאך ביישפילן וויאזוי זי האט מיט אירע מעשים געצייגט נישט נאר א גוט הארץ, נאר אויך קלוגשאפט און דרך ארץ[18].

ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך האט ער געווארט ביז די קעמלען האבן געענדיגט טרינקען, און זעענדיג אז זי בעט אים גארנישט[19] האט אליעזר איר אהינגעגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט. און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון נחור, אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.

ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז־געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. אליעזר האט פארציילט פאר רבקה'ס פאמיליע איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון. ער האט זיי דערציילט איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען.

חז"ל דערציילן אז בתואל האט נישט איינגעשטימט צו געבן רבקה, און ער האט איר שיער מטמא געווען, איז געקומען א מלאך און אים ערמארדעט[20]. דאן האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער נאכדעם וואס אליעזר האט זיך גע'עקשנ'ט צו גיין תיכף האבן זיי באשלאסן צו רופן דאס מיידל און איר פרעגן. רבקה האט צוגעשטימט צו גיין. געצוואונגערהייט האבן זיי באגלייט אליעזר, רבקה, און איר זייגערין און איר געוואונטשן אויסערליך: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"[21]. רבקה מיט אירע באדינערינס האבן זיך ארויסגעלאזט נאך אליעזר'ן רייטנדיג אויף קעמלען.

אנקום פון רבקה קיין כנען

ווען זיי זענען אנגעקומען צום נגב אין כנען, און זעענדיג יצחק שפאצירן אין פעלד מיט א שיינענדע צורה און אויסגעשפרייטע הענט אין תפילה, איז רבקה פון פחד און שעמעדיגקייט אראפגעפאלן אדער אראפגעגאנגען פונעם קעמל[22]. זי האט געפרעגט אליעזר ווער איז דער מענטש און הערנדיג אז דאס איז יצחק האט זי פארדעקט איר קאפ אלס צניעות. אין די מפרשים ווערט ערקלערט אז עס דאן אריין אין איר א פחד פון יצחק, וואס האט צוגעברענגט אז זי האט שפעטער נישט פארגעלייגט אירע מיינונגס-פארשידענהייטן פאר איר מאן, אנדערש ווי די אנדערע אמהות[23].

יצחק, ביים זען אז זי פירט זיך בטהרה ווי זיין מאמע שרה[24] האט איר אריינגעברענגט צום געצעלט פון זיין מאמע שרה, און דארט האט ער איר געהייראט און איר ליב באקומען[25] – זייענדיג די ערשטע פרוי וואס ליבשאפט צו איר ווערט דערמאנט אין די תורה[26]. דער מדרש טייטשט דעם פסוק ”גְּמָלַתְהוּ טוֹב וְלֹא רָע” (משלי לא, ג) אויף רבקה אמנו, וועלכער האט געברענגט גוטס פאר יצחק אין זיין טרויער נאך שרה[27].

אין שטוב פון יצחק

קינדער

פונקט ווי שרה און רחל, איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן עקרה. דער מדרש זאגט אז זי האט אינגאנצן נישט געהאט קיין רֶחֶם[28]. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך אויסגעשטרעקט איינער קעגן אנדערן איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, ביידע בעטנדיג צו האבן קינדער בלויז דורך דעם אנדערן[28]. גאט האט אויסגעהערט זיין געבעט – ענדערש ווי אירע, וויבאלד זי איז געווען די טאכטער פון א רשע[29] – און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן אין איר, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן. לויט ווי עס ווערט דערציילט אין מדרש, האט איין קינד פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און דער אנדערער האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול. רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט דאס נישט געקענט פארשטיין, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן אין בית המדרש פון שם ועבר[30]. גאט האט איר דאן געזאגט אז זי גייט געבוירן א צווילינג וואס גייען זיך צעטיילן פאר צוויי פעלקער וואס וועלן זיך נישט פארטראגן, אבער דער עלטערער וועט דינען דעם יונגערן. לויט א מקור, איז רבקה די צדיקת געווען די איינציגסטע פרוי צו וועם דער אויבערשטער האט גערעדט, כאטש דורך א שליח[31]. רבקה האט נישט איבערדערציילט די נבואה פאר איר מאן[32].

ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר האט זי טאקע געבוירן דאס צווילינג, יעקב און עשו. דער מדרש זאגט אז רבקה איז געווען ראוי צו געבוירן צוועלף שבטים[30], נאר עשו הרשע האט ביים געבוירן געשעדיגט איר רחם[33].

אנדערש ווי יצחק, האט רבקה דווקא ליב געהאט יעקב'ן וועלכער איז אויפגעוואקסן אן "איש תם" און געזעסן אין געצעלט און געלערנט, און איר ליבשאפט צו אים איז געשטיגן ווי מער זי האט געהערט זיין קול[34][35].

מיט אבימלך מלך גרר

אבימלך און יצחק, אין א קריצונג פון 17'טן יארהונדערט

אין ארץ כנען האט אויסגעבראכן א הונגער, און יצחק האט געוואלט אראפגיין קיין מצרים, אבער גאט האט זיך אנטפלעקט צו יצחק און געהייסן ער זאל נישט פארלאזן דאס לאנד, נאר גיין וואוינען אין גרר. ענליך צו וואס זיין פאטער האט געטון, האט אויך יצחק געזאגט פאר די ארטיגע מענטשן וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי רבקה אז זי איז זיין שוועסטער, אויס מורא אז מען וועט אים ערמארדן צו נעמען רבקה. דאסמאל האט שוין אבימלך מלך גרר אכטונג געגעבן און זיך נישט געאיילט איר צו נעמען[36], ווען מיט די צייט איז יצחק געווארן ווייניגער וואכזאם נישט צו צייגן אז זיי זענען פארהייראט, און אבימלך האט געזען פון פענסטער ווי יצחק און רבקה פירן זיך ווי מאן און ווייב - "וְהִנֵּה יִצְחָק מְצַחֵק אֵת רִבְקָה אִשְׁתּוֹ". ער האט גערופן יצחק, און אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז רבקה איז זיין שוועסטער, וואס האט כמעט צוגעברענגט אז ער און זיינע מענטשן זאל זינדיגן מיט רבקה. יצחק האט זיך בארעכטיגט אז ער האט ליגנט געזאגט אלס מורא אז מען וועט אים טויטן. אבימלך האט באפוילן אז יצחק און רבקה זאלן האבן קעניגליכע שוץ, און ווער עס וועט זיי טשעפען וועט באקומען טויט שטראף[37].

דאס צונעמען די ברכות

יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה, זייענדיג א נביאה[38] און הערנדיג שטענדיג אלעס וואס יצחק רעדט[39], האט איבערדערציילט יצחק'ס ווערטער פאר יעקב, און אים באפוילן צו ברענגען צוויי ציגן וואס יצחק האט איר אריינגעשריבן אין די כתובה אלס טעגליכע מתנה[40], וועלכע זי האט צוגעגרייט אזויווי יצחק האט ליב געהאט. נאך וואס יעקב האט אויסגעדרוקט זארג אז יצחק וועט אויפכאפן אז ער איז נישט עשו דורכ'ן טאפן זיינע הענט און ער קען נאך באקומען א קללה אנשטאט א ברכה, האט אים רבקה געזאגט אז זי נעמט אויף זיך די קללה, פונקט ווי גא־ט האט געשאלטן די ערד, אדם'ס מוטער, פאר אדם'ס זינד[41]. זי האט אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב.

ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער לבן אין חרן פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון[42]. מיט קלוגשאפט האט זי געזאגט פאר יצחק אז זי וויל אוועקשיקן יעקב'ן כדי ער זאל טרעפן א כלה נישט פון די לאקאלע חת מוידן, וויבאלד זי קען זיי נישט דערליידן[43].

רבקה האט געטון דעם שפיל נישט נאר וויבאלד זי האט ליב געהאט יעקב מער ווי עשו, נאר אויך כדי צו אפהאלטן איר מאן פון מצדיק זיין א רשע[44], און כאטש וואס זי האט אנערקענט אז עשו איז דער גרויסער זון און יעקב דער קליינעררמב"ן, בראשית כז, טו. עשו האט שפעטער גענומען חת'ישע ווייבער, וועלכע זענען נישט געפאָלן פאר יצחק און דערנאך אויך פאר רבקה, ווייל אין אנהייב איז זי נאך געווען צוגעוואוינט צו טינופת עבודה זרה פון איר טאטן'ס הויז[45].

פטירה

די תורה פארציילט נישט איבער רבקה'ס פטירה. חז"ל זאגן אז רבקה איז נפטר געווארן באלד נאך איר מינקת, דבורה[46], און די תורה דערמאנט נישט איר פטירה צוליב וואס איר לויה איז פארגעקומען אינמיטן נאכט אָן משפחה: אברהם איז שוין געווען טויט, יצחק איז געזיצן אינדערהיים, יעקב איז זיך געגאנגען צו פדן ארם, און עשו איז געווען א רשע און מ'האט נישט געוואלט ער זאל באגלייטן[33]. זי איז באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה[47], וואו עס זענען באערדיגט געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. לויט חז"ל, איז רבקה אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט. אין ספרי שטייט אז אירע יארן זענען געווען גלייך צו קהת[48].

כראנאלאגיע

וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה זענען פארהאן עטליכע דעות און לויט דעם ווערט אויך צעטיילט די מיינונגען איבער איר עלטער אין אירע לעבנס־געשעענישן[49]:

  1. אין סדר עולם רבה[50], געברענגט אין רש"י[51], שטייט אז זי איז אלט געווען דריי יאר. כאטש דער פסוק רופט איר אן "נערה" - וְהַנַּעֲרָ טֹבַת מַרְאֶה מְאֹד[52], איז דאס וויבאלד זי איז געווען ערוואקסן און געבויט ווי א נערה[53].
  2. פון גמרא ווייזט אויס אז זי איז שוין געווען א פאקטישע נערה[49]. תוספות, באזירט אויפן ספרי[48], זאגן אז זי איז דאן געווען אין עלטער פון פערצן יאר.
  3. אין ספר הישר שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט[54] און 133 יאר ביי איר פטירה[55], מיטן חשבון אז די מעשה מיט די ברכות איז פארגעקומען פיר יאר שפעטער.
געשעעניש די צייט און ארט סדר עולם ספרי[56]
רבקה'ס געבורט "ובתואל ילד את רבקה" (בראשית כב, כ); "כשבא אברהם מהר המוריה (נאך עקידת יצחק) נתבשר שנולדה רבקה" (רש"י, כה, כ) ב'פ"ה ב'ע"ד
רבקה'ס חתונה "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" (כה, כ) 3 יאר 14 יאר
געבורט פון יעקב און עשו אין ניסן אדער תשרי (ראש השנה יא, א) 23 יאר 34 יאר
מכירת הבכורה אין טאג פון אברהם'ס פטירה 38 יאר 49 יאר
די ברכות פון יצחק "אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י, כז, ב) 86 יאר 97 יאר
רבקה'ס פטירה דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז דבורה (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט[57]) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה 122 יאר 133 יאר

איר לויב אין חז"ל

אין מדרש שטייט אז אויף רבקה איז געזאגט געווארן כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים (שיר השירים ב, ב), זייענדיג א טאכטער פון א פאפּער, א שוועסטער פון לבן הארמי, פון א פלאץ פון פאפּערס, "והצדקת הזאת, יצאה מבינותם"[58]. זי ווערט אויסגערעכנט צווישן די 22 "נשים כשרות" וועלכע זענען געווען אויף דער וועלט[59]

דער מדרש ברענגט דריי נסים וועלכע זענען אנגעגאנגען ביי שרה וועלכע האבן זיך אויפגעהערט נאך איר פטירה, און ווען רבקה איז אנגעקומען זענען זיי צוריקגעקומען: די ליכט פון ערב שבת האבן געברענט א גאנצע וואך, עס איז געווען א ברכה אין די טייג, און א וואלקן האט געהויערט איבער'ן געצעלט[24]. לויט'ן זוהר איז עס געווען די שכינה וואס האט גערוט דארט[60]

אין זוהר שטייט אז רבקה האט געהאט די געשטאלט פון שרה[60]. לויט אן אנדער מקור האט זי געהאט די שיינקייט פון חוה[61]. אויך ביי אבישג השונמית שטייט אז זי איז געווען גאר שיין, אבער רבקה איז געווען נאך שענער[62].

צו ליינען מער

רעפערענצן

  1. בראשית כד, טז; יח–יט; כה
  2. מדרש שכל טוב, בראשית כב, כג
  3. ליאורה רביד, התנ"ך היה באמת, תל אביב, ידיעות אחרונות, 2009, עמ' 149.
  4. שמואל אפרים ליונשטם, "רבקה", האנציקלופדיה המקראית (באנד 7, עמ' 323), מוסד ביאליק, ירושלים; גשר מפעלים חינוכיים, רבקה, אויף מטח זייטל
  5. אבינועם ספיר, מה מסתיר התנ"ך, הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98
  6. לויט רוב מקורות (ווי פרקי דרבי אליעזר, פרק ט"ז; ספר הישר, חיי שרה ). לויט איין דעה איז איר היימשטאט געווען אור כשדים (רד"ק, בראשית כד, י).
  7. זעט כראנאלאגיע
  8. פענח רזא, בכור שור, און חזקוני אויף בראשית כה, כ
  9. בראשית רבה, פרשה נ"ז, פסקה ג'
  10. בראשית רבה, פרשה נ"ח, פסקה ב'
  11. רש"י, בראשית כב, כג
  12. קאַפּיטל כ"ד
  13. יומא כח, ב
  14. פרקי דרבי אליעזר, פרק ט"ז
  15. מלבי"ם, בראשית כד, טו
  16. רבי יצחק אדרבי, דברי שלום, ווארשא, תרנ"ג, עמ' 34
  17. של"ה דרך חיים
  18. צום ביישפיל, זעט: בית הלוי, פרשת חיי שרה
  19. ספורנו, בראשית כד, כב
  20. ילקוט שמעוני, חיי שרה, רמז ק"ט; מסכת סופרים, פרק כ"א, הלכה ט'. זעט מדוע בתואל ניסה לעכב את נישואי רבקה, אויף "חידוש".
  21. בראשית רבה, פרשה ס', פסקה י"ג
  22. בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ו
  23. העמק דבר, בראשית כד, סה. זעט אויך ספורנו, דארט.
  24. 24.0 24.1 בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ז
  25. בראשית כד, סז
  26. זעט רד"ק, כד, סז אז דאס איז געווען מער ווי א געווענליכע אהבה, צוליב די מעלות וואס ער האט געזען אין איר.
  27. מדרש משלי (באבער), פרשה לא
  28. 28.0 28.1 בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ה'
  29. יבמות סד, א; זעט אויך אור החיים, בראשית כה, כ, ד"ה בת בתואל
  30. 30.0 30.1 בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ו'
  31. מדרש תהלים, מזמור ט. זעט אבער תלמוד ירושלמי, מסכת סוטה, פרק ז', הלכה א' און בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ז' און רש"י דארט, אז עס גייט אויף שרה.
  32. רמב"ן, בראשית כז, ד
  33. 33.0 33.1 מדרש תנחומא פרשת כי תצא פיסקא ד'
  34. בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י'
  35. זעט אור החיים, כז, יג טעמים צו איר ליבשאפט.
  36. רמב"ן, בראשית כו, א.
  37. בראשית כו, א–יב
  38. בראשית רבה, פרשה ס"ז, פסקה ט'
  39. אור החיים, בראשית כז, ה–ו
  40. בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה י"ד
  41. מדרש אגדה (באבער) בראשית כז, יג
  42. קאַפּיטל כ"ז
  43. רשב"ם, בראשית כז, מו
  44. בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה ו'
  45. בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה ד'
  46. בראשית רבה, פרשה פ"א, פסקה ה'
  47. בראשית מט, לא
  48. 48.0 48.1 ספרי אויף דברים לד, ז (פיסקא שנז).
  49. 49.0 49.1 ראשונים, יבמות סא, ב
  50. פרק א
  51. רש"י, בראשית כה, כ (אויך געברענגט אין מדרש אגדה (באבער) פרשת חיי שרה כה, כ).
  52. כד, טז
  53. גור אריה, בראשית כה, כ
  54. ספר הישר, חיי שרה ג
  55. ספר הישר, וישלח טז
  56. זעט דעת זקנים, בראשית כה, כ
  57. בראשית לה, ח
  58. שיר השירים רבה, פרשה ב', פסקה ב', געברענגט אין רש"י, כה, ב, ד"ה בת בתואל.
  59. בראשית רבתי, פרשת חיי שרה
  60. 60.0 60.1 ספר הזוהר, פרשת חיי שרה, דף קל"ג, עמוד א'
  61. מדרש שכל טוב, בראשית כד, טז
  62. מדרש הגדול אויף בראשית כד, טז