אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שלחן ערוך"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 33: | שורה 33: | ||
[[HE:שולחן ערוך]] | [[HE:שולחן ערוך]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
רעוויזיע פון 13:43, 24 אקטאבער 2023
שלחן ערוך איז דער אידישער בלופרינט ווי אידן זאלן זיך פירן לויט די געבאטן פון דער תורה. דעם שלחן ערוך האט געשריבן רבי יוסף קארו (גערופן דער "מחבר") בערך אין יאר ה'ש, און מען האט אים געדרוקט צום ערשטן מאל אין ה'שכ"ה מיט הגהות פון רמ"א. אין מערסטען פעלער פירן זיך די אשכנזים לויט די פסקים פון דעם רמ"א, און די ספרדים לויט דעם מחבר.
עס איז דא פיר טייל אין שלחן ערוך, אזוי ווי אין טור:
אורח חיים - טעגליכע פירונגען, מיט 697 סימנים.
יורה דעה - איסור והיתר ד.ה. וואס איז אסור און וואס איז מותר. צ.ב. שחיטה, כשרות, שעטנז א.א.וו; מיט 404 (ת"ד) סימנים.
חושן משפט-געלט און האנדל, מיט 427 סימנים.
אבן העזר - מאן און ווייב, מיט 178 סימנים.
עס איז אויסגעשטעלט צו לערנען דעם יעדן טאג שלחן ערוך אין 30 חלקים.
רבי יוסף קארו שרייבט אין דער הקדמה פונעם שלחן ערוך אז ער האט דאס איינגעטיילט אויף חלקים, און ער וויל אז יעדער זאל לערנען דערין יעדן טאג א חלק, ביז סוף חודש זאל מען האבן געפארטיגט אלע פיהר חלקים פון שלחן ערוך. עס ווערט געברענגט אין ספר כתר שם טוב אז דער בעל שם טוב האט געזאגט מען זאל לערנען שלחן ערוך אפילו בלויז שלחן ערוך אליין אן די מפרשים, און אפילו מען קען דערפון נישט פסק'ענן שאלות, זאל מען כאטש וויסן א מקור אין די הלכה פון דער זאך.
דער שלחן ערוך איז דער וועג ווייזער פארן פרומער איד, דאס וואס עס ווערט דארט גע'פסק'נט דאס איז מחייב דעם איד, דער חיד"א ברענגט אז די גאונים אין די צייטן פונעם בית יוסף האבן געוואוסט ווער עס פירט זיך אזוי ווי עס שטייט אין שלחן ערוך דער פירט זיך ווי דריי הונדערט פוסקים, ווייל דער בית יוסף האט אנגענומען זיין פסק אזוי ווי דריי הונדערט פוסקים.
אין אונגארן ווען די נעאלאגן האבן געוואלט איבערמאכן די פרומע אידן, איז דער סלע המחלוקת געווען צו מען זאל אנעמען אלץ וואס שטייט אין שו"ע, צו דאס איז מחייב דער איד אדער נישט, ווען די נעאלאגן האבן אנגענומען מיט א מערהייט "אין לנו חלק ונחלה בבהקארו" דאס הייסט מיר פאלגן נישט דאס וואס ר' יוסף קארו זאגט, דאן האבן די תלמידי חת"ס אפגעמאכט אז מען טאר נישט זיצן צוזאמען מיט זיי, אויף דעם באזיס האט מען אויפגעשטעלט די ארטאדאקסישע קאנצעליי קעגן די נעאלאגישע קאנצאליי.
רעפערענצן
הקדמה פונעם בית יוסף אויפן שלחן ערוך, געדרוקט אנהויב חלק חושן משפט
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!