אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי אלעזר הקליר"

1,799 בייטן צוגעלייגט ,  פֿאַר 10 חדשים
ק (בשולי הקדמתו מעתיק המחבר הסכמה שקיבל מר' יעקב מליסא לחיבור אחר משלו, ושם נאמר: "..שארי ובשרי הרב החריף ובקי מ' אליקים געציל... ועסקתי עם המחבר בענינים אלו בע"פ ומצאתיו מלא דבר ד' בנגלה ונסתר... ראיתי שהוא בקי גדול ושכלו מיושר.." (diffedit))
שורה 56: שורה 56:

==זיינע פיוטים==
==זיינע פיוטים==
רבי אלעזר הקליר איז געווען פון די ערשטע און גרעסטע פייטנים ביי כלל ישראל. ער האט מחבר געווען הונדערטער פיוטים פון אלע סארטן: [[קדושתא|קדושתות]] - סעריע פון פיוטים אויף די הויכע שמונה עשרה פון שבת, יום טוב און אנדערע געלעגנהייטן, [[שבעתא|שבעתות]] – אויף די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, מנחה און מעריב, [[קרובה|קרובות]] – פיוטים אויף די 18 ברכות פון שמונה עשרה, און אזוי אויך [[מערבית]], [[יוצר]]ות{{הערה|זעט באריכות: {{JSTOR|שולמית אליצור|2=למקומו של היוצר במורשתו של ר' אלעזר בירבי קליר: גילויים חדשים|3=23600560|4=תרביץ|5=סו, ג (ניסן תשנ"ז), עמ' 351-394}}; [https://tablet.otzar.org/en/book/book.php?book=182813&width=0&scroll=0&udid=0 דער ארטיקל] אויף [[אוצר החכמה]] וועבזייטל.}}, [[קינות]], [[הושענות]], פיוטים אויף [[ברכת המזון]] און נאך. א גרויס טייל פון די פיוטים וואס ווערן געזאגט לויט מנהג אשכנז זענען פון זיינע פיוטים. א חלק פון זיינע פיוטים זענען פארקירצט געווארן במשך פון די יארן. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך א גרויסע צאל פיוטים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.
רבי אלעזר הקליר האט מחבר געווען הונדערטער פארשידענע פיוטים, פאר אלע ימים טובים (אמאל מער ווי איינס פארן זעלבן יום-טוב), פאר די ספעציעלע שבתים, פאר יומא דפגרא'ס, און פאר די תעניתים. דער עיקר ווערק זיינע זענען אינעם געביט פון [[קרובה]], דאס הייסט, פיוטים אויף חזרת הש"ץ{{הערה|שולמית אליצור, '''סוד משלשי קודש: הקדושתא מראשיתה ועד ימי אלעזר בירבי קליר''', ירושלים תשע"ט, עמ' 5.}}. זיינע פיוטים נעמען ארום אלע סארטן קרובות: א גרויסער צאל [[קדושתא|קדושתות]] פאר שחרית אין ימים טובים און ספעציעלע שבתים, ווי אויך פאר מוסף ראש השנה און אלע תפילות פון יום כיפור; [[שבעתא|שבעתות]] פאר די הויכע שמונה עשרה פון מוסף, מנחה און מעריב (ווען מען פלעגט נישט זאגן קיין [[קדושה]]) פון שבתים און יום-טובים; [[קרובה|קרובות]] פאר די 18 ברכות פון שמונה עשרה פון די יומי דפגרא (פורים, תשעה באב, י"ז תמוז, און נאך); און קדושתות י"ח פאר וואכעדיגע טעג אין וועלכע קדושה פלעגט געזאגט ווערן (חנוכה, הושענא רבה){{הערה|זעט באריכות: {{אוצר החכמה|שולמית אליצור|תרביץ|182813|page=2|קעפל=למקומו של היוצר במורשתו של ר' אלעזר בירבי קליר: גילויים חדשים|באנד=סו, ג (ניסן תשנ"ז)}}}}, ווי אויך אנדערע פיוטים פאר חזרת הש"ץ ווי תקיעתות פאר די ברכות פון מלכיות זכרונות און שופרות אין ראש השנה, און א גרויסער צאל [[קינות]] פאר תשעה באב. דערצו האט ער אויך אנגעשריבן פּיוטים פאר פראצעדורן אויסער חזרת הש"ץ, ווי [[הושענות]], פיוטים אויף [[ברכת המזון]] און נאך.
 
אין געגנזאץ צו יניי, וועמענס עיקר פיוטים זענען קדושתות אויף רעגולערע שבתים לויט דעם ציקל פון קריאת התורה, זענען אינעם קליר'ס ווערק כמעט נישט פארהאן קיין פיוטים פאר רעגולערע שבתים, נאר פאר יום-טובים און ספעציעלע שבתים (ארבע פרשיות, שבע דנחמתא, און נאך), און פאר אנדערע ספּעציעלע טעג אינעם לוח. דערצו האט ער אויך געשריבן פיוטים פאר פאַרשידענע סיטואציעס אין א יחיד'ס לעבן, ווי חתונה און אבלות.
 
א גרויס טייל פון די פיוטים וואס ווערן היינט געזאגט לויט מנהג אשכנז זענען פון זיינע פיוטים. א חלק פון זיינע פיוטים זענען פארקירצט געווארן במשך פון די יארן. אין דער קאירא גניזה זענען געפונען געווארן נאך א גרויסע צאל פיוטים וואס זענען נישט געווען באקאנט ביז דאן.

זיין אייגנארטיגער סטיל, האט געדינט אלס באזיס פאר שפעטערדיגע פייטנים וואס האבן פרובירט צו גיין אין זיין גאנג, און פארפאסן פיוטים אויף זיין שטייגער. דעם קליר'ס פיוטים האבן עטליכע חידושים אין פארגלייך צו פייטנים פאר אים; עס גייט אויף קאמפליצירטע [[גראם]], די שורות פארמאגן א שטיקל א [[מעטער (פאעזיע)|מעטער]], און דאס געבוי פון א פיוט איז אויסגעשטעלט מיט א סיסטעם, פון א באשטימטע צאל ווערטער אין יעדן שורה, און א באשטימטע צאל שורות פאר יעדן גראם{{הערה|איבער די מעטער-סיסטעם פון די ארץ -ישראל'דיגע פיוטים זעט: עזרא פליישער, "עיונים בדרכי השקילה של שירת הקודש הקדומה", '''הספרות''' 24 (תשל"ז), עמ׳ 70–83}}. די [[אקראסטיך]] פון זיינע פיוטים גייען לויט די [[אלף בית]], [[תשר"ק]], [[אלב"ם]], און עניני דיומא{{הערה|די קדושתא [[שושן עמוק]] איז לויט די אקראסטיכן פון "שבת שבתון", "צום העשור", און "יום הכיפורים"}}, אזוי אויך פלעגט ער חתמ'ענען דארט זיין נאמען.