אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבקה"
אין תקציר עריכה |
אין תקציר עריכה |
||
שורה 29: | שורה 29: | ||
=== שידוך === | === שידוך === | ||
[[טעקע:Eliezer and Rebekah.png|שמאל|ממוזער|250px|אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטאוו דורעי]] | [[טעקע:Eliezer and Rebekah.png|שמאל|ממוזער|250px|אליעזר און רבקה, מאלעריי פון גוסטאוו דורעי]] | ||
אין [[פרשת חיי שרה]]{{הערה|שם=פכד|{{תנ"ך|בראשית|כד|אן=ספר|לאנג=יא}}}} ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין | אין [[פרשת חיי שרה]]{{הערה|שם=פכד|{{תנ"ך|בראשית|כד|אן=ספר|לאנג=יא}}}} ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט, וואס לויט חז"ל איז דאס געווען [[אליעזר עבד אברהם|אליעזר]]{{הערה|{{בבלי|יומא|כח|ב}}}}, צו זיין פאמיליע אין [[חרן]], צו טרעפן א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין [[כנען|כנענית]]. | ||
אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין [[ארם נהריים]] צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט. ער האט | אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין [[ארם נהריים]] צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט אין די צייט וואס די מיידלעך גייען דאן שעפן וואסער. ער האט געדאוונט צו השי"ת אז ער זאל אים ווייזן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, מאכנדיג א סימן אז די מויד וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען וועט זי רעאגירן אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען, דאס איז די גאט־אויסדערוועלטע פרוי פאר יצחק. | ||
נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה אנגעקומען, און כאטש זייענדיג פון א רייכע פאמיליע פלעגט זי קיינמאל אליין גיין שעפן, האט איר א געטליכער מלאך געשטיפט דאס מאל יא צו גיין אליין, און זי האט זיך ניטאמאל געלאזט באדינען מיט אירע דינסטן נאר אליין געשלעפט דאס קריגל אויף איר אקסל{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כד|טו|מפרש=מלבי"ם}}}}. אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר", ערשט נאך ער האט געענדיגט טרינקען האט זי זיך אנגעטראגן צו שעפן אויך פאר זיינע קעמלען, דערמיט צייגנדיג אז זי וויל אים נישט צוזאמשטעלן מיט די קעמלעך{{הערה|{{היברובוקס|רבי יצחק אדרבי|דברי שלום|51662|page=38|מקום הוצאה=ווארשא|שנת הוצאה=תרנ"ג|עמ=34}}}}. די מפרשים ערקלערן נאך ביישפילן וויאזוי זי האט מיט אירע מעשים געצייגט נישט נאר א גוט הארץ, נאר אויך קלוגשאפט און דרך ארץ{{הערה|צום ביישפיל, זעט: בית הלוי, [https://shitufta.org.il/Beit_HaLevi_on_Torah/,_Chayei_Sara?selectedunittext=1 פרשת חיי שרה]}}. | |||
ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. | ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך, האט אליעזר איר אהינגעגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט. און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון [[נחור אחי אברהם|נחור]], אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג. | ||
===רבקה און איר פאמיליע=== | ===רבקה און איר פאמיליע=== | ||
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, | ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט. | ||
פאר די הויזגעזונד פון רבקה האט אליעזר פארציילט איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון. | פאר די הויזגעזונד פון רבקה האט אליעזר פארציילט איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון. | ||
שורה 50: | שורה 50: | ||
==אין שטוב פון יצחק== | ==אין שטוב פון יצחק== | ||
=== | ===קינדער=== | ||
פונקט ווי [[שרה]] און [[רחל]], איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן [[עקרה]], זי האט נישט געהאט קיין רֶחֶם. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך אויסגעשטרעקט איינער קעגן אנדערן איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, ביידע בעטנדיג צו האבן קינדער בלויז דורך דעם אנדערן{{מדרש רבה|בראשית|סג|ה}}. גאט האט אויסגעהערט | פונקט ווי [[שרה]] און [[רחל]], איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן [[עקרה]], זי האט נישט געהאט קיין רֶחֶם. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך אויסגעשטרעקט איינער קעגן אנדערן איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, ביידע בעטנדיג צו האבן קינדער בלויז דורך דעם אנדערן{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סג|ה}}}}. גאט האט אויסגעהערט זיין געבעט – ענדערש ווי אירע, וויבאלד זי איז געווען די טאכטער פון א רשע{{הערה|{{בבלי|יבמות|סד|א}}; זעט אויך {{תנ"ך|בראשית|כה|כ|מפרש=אור החיים|ד"ה=בת בתואל}}}} – און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן אין איר, איין קינד האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און דער אנדערער האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול. רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט דאס נישט געקענט פארשטיין{{הערה|שם=רבהסגו|{{מדרש רבה|בראשית|סג|ו}}}}, און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן. דאן האט מען איר געזאגט אז זי גייט געבוירן א [[צווילינג]] וואס גייען זיך צעטיילן פאר צוויי פעלקער וואס וועלן זיך נישט פארטראגן. ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר האט זי טאקע געבוירן דאס צווילינג, יעקב און עשו. אנדערש ווי יצחק, האט רבקה דווקא ליב געהאט יעקב'ן וועלכער איז אויפגעוואקסן אן "איש תם" און געזעסן אין געצעלט און געלערנט, און איר ליבשאפט צו אים איז געשטיגן ווי מער זי האט געהערט זיין קול{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סג|י}}}}{{הערה|זעט {{תנ"ך|בראשית|כז|יג|אן=ספר|מפרש=אור החיים}} טעמים צו איר ליבשאפט.}}. | ||
===מיט אבימלך מלך גרר=== | ===מיט אבימלך מלך גרר=== | ||
שורה 59: | שורה 59: | ||
===דאס צונעמען די ברכות=== | ===דאס צונעמען די ברכות=== | ||
{{הויפט ארטיקל|ברכות יצחק}} | {{הויפט ארטיקל|ברכות יצחק}} | ||
יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה, זייענדיג א נביאה און הערנדיג שטענדיג אלעס וואס יצחק רעדט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|ה|ו|מפרש=אור החיים}}}}, האט איבערדערציילט יצחק'ס ווערטער פאר יעקב, און אים באפוילן צו ברענגען צוויי ציגן וועלכע זי האט צוגעגרייט אזויווי יצחק האט ליב געהאט. כדי יצחק זאל נישט אויפכאפן אז יעקב איז נישט עשיו דורכן טאפן זיינע הענט, האט זי אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב. | יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה, זייענדיג א נביאה{{הערה|{{מדרש רבה|בראשית|סז|ט}}}} און הערנדיג שטענדיג אלעס וואס יצחק רעדט{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|ה|ו|מפרש=אור החיים}}}}, האט איבערדערציילט יצחק'ס ווערטער פאר יעקב, און אים באפוילן צו ברענגען צוויי ציגן וועלכע זי האט צוגעגרייט אזויווי יצחק האט ליב געהאט. כדי יצחק זאל נישט אויפכאפן אז יעקב איז נישט עשיו דורכן טאפן זיינע הענט, האט זי אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב. | ||
ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער [[לבן]] אין [[חרן]] פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|לאנג=יא|ללא=ספר}}}}. קליגערהייט האט זי געזאגט פאר יצחק אז זי וויל אוועקשיקן יעקב'ן כדי ער זאל טרעפן א כלה נישט פון די לאקאלע חת מוידן, וויבאלד זי קען זיי נישט דערליידן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|מו|מפרש=רשב"ם}}}}. | ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער [[לבן]] אין [[חרן]] פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|לאנג=יא|ללא=ספר}}}}. קליגערהייט האט זי געזאגט פאר יצחק אז זי וויל אוועקשיקן יעקב'ן כדי ער זאל טרעפן א כלה נישט פון די לאקאלע חת מוידן, וויבאלד זי קען זיי נישט דערליידן{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כז|מו|מפרש=רשב"ם}}}}. | ||
שורה 69: | שורה 69: | ||
==כראנאלאגיע== | ==כראנאלאגיע== | ||
וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה זענען פארהאן עטליכע דעות און לויט דעם ווערט אויך צעטיילט די מיינונגען איבער איר עלטער אין אירע לעבנס־געשעענישן{{הערה|שם= | וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה זענען פארהאן עטליכע דעות און לויט דעם ווערט אויך צעטיילט די מיינונגען איבער איר עלטער אין אירע לעבנס־געשעענישן{{הערה|שם=יבמותסא|{{בבלי|יבמות|סא|ב|מפרש=ראשונים}}}}: | ||
# אין [[ | # אין [[רש"י]]{{הערה|{{תנ"ך|בראשית|כה|כ|מפרש=רש"י}} (אויך געברענגט אין {{מדרש אגדה|בראשית|כה|כ|פרשה=חיי שרה}}). זעט אין גור אריה אויף רש"י, אז די פסוק פריער אין {{תנ"ך|בראשית|כד|טז|אן=ספר}} רופט איר אן "נערה" - וְהַנַּעֲרָ טֹבַת מַרְאֶה מְאֹד, וויבאלד זי איז געווען ערוואקסן און געבויט ווי א נערה.}} שטייט אז יצחק "האט געווארט ביז זי איז געווארן ראוי לביאה - דריי יאר, און דעמאלט האט ער איר געהייראט". | ||
# לויט'ן משמעות אין גמרא{{הערה|שם= | # תוספות, לויט'ן משמעות אין גמרא{{הערה|שם=יבמותסא}} און [[ספרי]]{{הערה|שם=ספרי|{{ספרי|דברים|לד|ז|שנז}}.}}, זאגן אז יצחק האט געהייראט רבקה אין עלטער פון פערצן יאר. | ||
# אין [[ספר הישר (אגדה)|ספר הישר]] שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט{{הערה|ספר הישר | # אין [[ספר הישר (אגדה)|ספר הישר]] שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט{{הערה|{{ספר הישר|חיי שרה|ג}}}} און 133 יאר ביי איר פטירה{{הערה|{{ספר הישר|וישלח|טז}}}}, מיטן חשבון אז די מעשה מיט די ברכות איז פארגעקומען פיר יאר שפעטער. | ||
{| class="wikitable" border="1" | {| class="wikitable" border="1" | ||
שורה 91: | שורה 91: | ||
|97 יאר | |97 יאר | ||
|-style="background-color: #EFEFEF;" | |-style="background-color: #EFEFEF;" | ||
|רבקה'ס פטירה|| דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז [[דבורה מינקת רבקה|דבורה]] (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה ||122 יאר | |רבקה'ס פטירה|| דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז [[דבורה מינקת רבקה|דבורה]] (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט{{מקור}}) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה ||122 יאר | ||
|133 יאר | |133 יאר | ||
|} | |} | ||
==אין חז"ל== | ==אין חז"ל== |
רעוויזיע פון 08:12, 17 נאוועמבער 2023
די קברים פון יצחק און רבקה אין "אולם יצחק", מערת המכפלה | |
געבורט |
ב'פ"ה חרן |
---|---|
פטירה |
ב'ר"ז (אלט: 122 בערך) ארץ ישראל |
מקום קבורה | מערת המכפלה |
טאטע | בתואל |
בן זוג | יצחק אבינו |
קינדער | יעקב אבינו, עשו |
צאל קינדער | 2 |
תקופה | תקופת האבות |
רבקה אמנו (ב'פ"ה – ב'ר"ז), איז די צווייטע פון די פיר אמהות פון כלל ישראל; די שוועסטערקינד און ווייב פון יצחק, מאמע פון יעקב און עשו, טאכטער פון בתואל, און שוועסטער פון לבן הארמי. זי איז באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה.
זי איז געווען די איינציגסטע פרוי פון יצחק, און האט געבוירן יעקב און עשו. זי ווערט באצייכנט אין די תורה ווי א פרוי שיין אין איר אויסזען און אין אירע מעשים, זיך אויסצייכענעדיג אין הכנסת אורחים[1].
עטימאלאגיע
איר נאמען נעמט זיך פון "עגל מרבק"[2], וואס פארשער ערקלערן אז עס איז געווען אן אויסדרוק פאר שיינקייט אין יענעם קולטור[3]. אנדערע שפעקולירן אז עס נעמט זיך פון א סעמיטישע טערמין פאר ווייכקייט און בויגזאמקייט[4].
פריע לעבן
איבער רבקה ווערט דערציילט בעיקר אין ספר בראשית, און אין מדרשי חז"ל דערויף. איר לעבנס געשיכטע איז דאס מערסטע דעטאלירט פון אלע אמהות און אויסגעשפרייט אויף די מערסטע פסוקים, און די איינציגסטע וואס איר געבורט ווערט דערמאנט אין די תורה[5].
רבקה איז געבוירן געווארן אין חרן אין יאר ב'פ"ה אדער ב'ע"ד[6] צו בתואל. נאך איר ברודער לבן[7]. ביים זיך צוריקקערן פון הר המוריה נאכ'ן עקידת יצחק האט אברהם געטראכט "וואלט מיין זון שוין געווען גע'שחט'ן וואלט ער געגאנגען אנע קינדער. איך וואלט אים געדארפט פארהייראטן א טאכטער פון ענר, אשכול אדער ממרא." באלד אים השי"ת געמאלדן אז איר בת זוג, רבקה, איז שוין געבוירן געווארן[8]. די תורה איז מאריך און איר יחוס[9] און עס קומט אויס אז יצחק איז געווען א דאפלטע שוועסטערקינד צו רבקה, וויבאלד בתואל'ס פאטער נחור איז געווען א ברודער פון אברהם, און זיין מוטער מילכה - א שוועסטער פון שרה.
הייראט צו יצחק
שידוך
אין פרשת חיי שרה[10] ווערט פארציילט אז אברהם איז עלטער געווארן און האט נאך נישט געהאט גענומען א ווייב פאר זיין זון יצחק. ער האט געשיקט זיין קנעכט, וואס לויט חז"ל איז דאס געווען אליעזר[11], צו זיין פאמיליע אין חרן, צו טרעפן א ווייב פאר יצחק, און זיכער מאכן אז ער פארהייראט נישט קיין כנענית.
אליעזר האט מיטגענומען מיט זיך אסאך טייערע מתנות עס צו שענקען פאר די צוקונפטיגע כלה, און איז ארויס געפארן קיין ארם נהריים צו ערפילן דעם באפעל פון זיין האר. ער האט דערגרייכט חרן ביי אוונט, און זיך אפגעשטעלט ווארטן נעבן ברונעם אינדרויסן פון שטאט אין די צייט וואס די מיידלעך גייען דאן שעפן וואסער. ער האט געדאוונט צו השי"ת אז ער זאל אים ווייזן ווער עס איז די ריכטיגע פרוי פאר יצחק, מאכנדיג א סימן אז די מויד וואס ווען ער וועט איר בעטן וואסער צו טרונקען וועט זי רעאגירן אז זי וועט אים געבן וואסער, און אויך פאר זיינע קעמלען, דאס איז די גאט־אויסדערוועלטע פרוי פאר יצחק.
נאך איידער ער האט געענדיגט זיין תפילה איז רבקה אנגעקומען, און כאטש זייענדיג פון א רייכע פאמיליע פלעגט זי קיינמאל אליין גיין שעפן, האט איר א געטליכער מלאך געשטיפט דאס מאל יא צו גיין אליין, און זי האט זיך ניטאמאל געלאזט באדינען מיט אירע דינסטן נאר אליין געשלעפט דאס קריגל אויף איר אקסל[12]. אליעזר האט איר געבעטן "בייג ביטע דיין קרוג און איך וועל טרינקען". זי האט דערויף גענטפערט "טרינק מיין האר", ערשט נאך ער האט געענדיגט טרינקען האט זי זיך אנגעטראגן צו שעפן אויך פאר זיינע קעמלען, דערמיט צייגנדיג אז זי וויל אים נישט צוזאמשטעלן מיט די קעמלעך[13]. די מפרשים ערקלערן נאך ביישפילן וויאזוי זי האט מיט אירע מעשים געצייגט נישט נאר א גוט הארץ, נאר אויך קלוגשאפט און דרך ארץ[14].
ערשטוינט און געשפאנט צי זי איז טאקע די ריכטיגע שידוך, האט אליעזר איר אהינגעגעבן א גאלדענע נאזבאנד וואס וועגט א בקע און צוויי ארעמבאנדן וואס וועגן צען גאלד שטיק אויף אירע הענט. און זיך נאכגעפרעגט פון וואו זי שטאמט, און געבעטן צו נעכטיגן אין איר פאטער'ס הויז. זי האט אים דערציילט אז זי איז א טאכטער פון בתואל, א זון פון מלכה - די ווייב פון נחור, אברהם'ס ברודער, און אים פארבעטן צו קומען ביי זיי נעכטיגן. ווען אליעזר האט באקומען דעם ענטפער, האט ער געוואוסט אז זי איז די וואס פאסט צו זיין יצחק'ס ווייב. אליעזר האט געדאנקט און זיך געביקט צו גאט פאר'ן אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג.
רבקה און איר פאמיליע
ווען רבקה האט זיך אהיימגעקערט, האבן די הויז געזונד געזען די צירונגען און זיך געוואונדערט דערוועגן. רבקה האט דערציילט וועגן די באגעגעניש מיטן מענטש נעבן ברונעם, און זיי האבן געוואלט וויסן וואו ער געפינט זיך, קלערנדיג אז ער פארמאגט גרויס רייכטום. זיי האבן פארבעטן אליעזר צו קומען נעכטיגן אין זייער הויז, וועלכע זיי האבן ספעציעל גערייניגט.
פאר די הויזגעזונד פון רבקה האט אליעזר פארציילט איבער דער סימן וואס ער האט זיך געמאכט, אז די פרוי וואס וועט זאגן "טרינק און אויך פאר דיינע קעמלען וועל איך שעפן", זי איז די פרוי וואס דער באשעפער האט באשטימט פאר זיין האר'ס זון, און דאס איז וואס רבקה האט טאקע געטון.
נאך וואס אליעזר האט דערציילט די הויזגעזונד איבער זיין האר און איבער זיין ציל מיטן קומען, האבן זיי איינגעשטימט צו געבן רבקה'ן פאר יצחק. זאגנדיג "מה' יצא הדבר". רבקה'ס עלטערן האבן געוואלט אז זי זאל הערשט גיין ווען זי איז עלטער, אבער נאכדעם וואס אליעזר האט זיך גע'עקשנ'ט צו גיין תיכף האבן זיי באשלאסן צו רופן דאס מיידל און איר פרעגן. רבקה האט צוגעשטימט צו גיין. געצוואונגערהייט האבן זיי באגלייט אליעזר, רבקה, און איר זייגערין און איר געוואונטשן אויסערליך: "אונזער שוועסטער, פון דיר זאל ארויסקומען צענדליגער טויזנטער, און דיינע קינדער זאלן איינעמען די שטעט פון זייערע פיינט"[15]. רבקה מיט אירע באדינערינס האבן זיך ארויסגעלאזט נאך אליעזר'ן רייטנדיג אויף קעמלען.
אנקום פון רבקה קיין כנען
ווען זיי זענען אנגעקומען צום נגב אין כנען, און זעענדיג יצחק שפאצירן אין פעלד מיט א שיינענדע צורה און אויסגעשפרייטע הענט אין תפילה, איז רבקה פון פחד און שעמעדיגקייט אראפגעפאלן אדער אראפגעגאנגען פונעם קעמל[16]. זי האט געפרעגט אליעזר ווער איז דער מענטש און הערנדיג אז דאס איז יצחק האט זי פארדעקט איר קאפ אלס צניעות. אין די מפרשים ווערט ערקלערט אז עס דאן אריין אין איר א פחד פון יצחק, וואס האט צוגעברענגט אז זי האט שפעטער נישט פארגעלייגט אירע מיינונגס-פארשידענהייטן פאר איר מאן, אנדערש ווי די אנדערע אמהות[17].
יצחק, ביים זען אז זי פירט זיך בטהרה ווי זיין מאמע שרה[18] האט איר אריינגעברענגט צום געצעלט פון זיין מאמע שרה, און דארט האט ער איר געהייראט און איר ליב באקומען[19] – זייענדיג די ערשטע פרוי וואס ליבשאפט צו איר ווערט דערמאנט אין די תורה[20].
אין שטוב פון יצחק
קינדער
פונקט ווי שרה און רחל, איז אויך רבקה אין אנהייב געווען אן עקרה, זי האט נישט געהאט קיין רֶחֶם. נאך צוואנציג קינדערלאזע יארן האבן יצחק און רבקה זיך אויסגעשטרעקט איינער קעגן אנדערן איינבעטן ביים אויבערשטן פאר קינדער, ביידע בעטנדיג צו האבן קינדער בלויז דורך דעם אנדערן[21]. גאט האט אויסגעהערט זיין געבעט – ענדערש ווי אירע, וויבאלד זי איז געווען די טאכטער פון א רשע[22] – און זי איז געווארן טראגעדיג. די קינדער האבן זיך געשלאגן אין איר, איין קינד האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן אן עבודה זרה, און דער אנדערער האט פרובירט ארויסגיין ווען זי איז אריבער נעבן א שול. רבקה וואס האט געמיינט אז דאס איז איין קינד האט דאס נישט געקענט פארשטיין[23], און זי איז געגאנגען פארשן דערוועגן ביים אויבערשטן. דאן האט מען איר געזאגט אז זי גייט געבוירן א צווילינג וואס גייען זיך צעטיילן פאר צוויי פעלקער וואס וועלן זיך נישט פארטראגן. ווען יצחק איז געווען אין עלטער פון זעכציג יאר האט זי טאקע געבוירן דאס צווילינג, יעקב און עשו. אנדערש ווי יצחק, האט רבקה דווקא ליב געהאט יעקב'ן וועלכער איז אויפגעוואקסן אן "איש תם" און געזעסן אין געצעלט און געלערנט, און איר ליבשאפט צו אים איז געשטיגן ווי מער זי האט געהערט זיין קול[24][25].
מיט אבימלך מלך גרר
אין ארץ כנען האט אויסגעבראכן א הונגער, און יצחק האט געוואלט אראפגיין קיין מצרים, אבער גאט האט זיך אנטפלעקט צו יצחק און געהייסן ער זאל נישט פארלאזן דאס לאנד, נאר גיין וואוינען אין גרר. ענליך צו וואס זיין פאטער האט געטון, האט אויך יצחק געזאגט פאר די ארטיגע מענטשן וואס האבן זיך נאכגעפרעגט איבער די שיינע פרוי רבקה אז זי איז זיין שוועסטער, אויס מורא אז מען וועט אים ערמארדן צו נעמען רבקה. דאסמאל האט שוין אבימלך מלך גרר אכטונג געגעבן און זיך נישט געאיילט איר צו נעמען[26], ווען מיט די צייט איז יצחק געווארן ווייניגער וואכזאם נישט צו צייגן אז זיי זענען פארהייראט, און אבימלך האט געזען פון פענסטער ווי יצחק און רבקה פירן זיך ווי מאן און ווייב - "וְהִנֵּה יִצְחָק מְצַחֵק אֵת רִבְקָה אִשְׁתּוֹ". ער האט גערופן יצחק, און אים פארגעהאלטן אויף דעם וואס ער האט געזאגט אז רבקה איז זיין שוועסטער, וואס האט כמעט צוגעברענגט אז ער און זיינע מענטשן זאל זינדיגן מיט רבקה. יצחק האט זיך בארעכטיגט אז ער האט ליגנט געזאגט אלס מורא אז מען וועט אים טויטן. אבימלך האט באפוילן אז יצחק און רבקה זאלן האבן קעניגליכע שוץ, און ווער עס וועט זיי טשעפען וועט באקומען טויט שטראף[27].
דאס צונעמען די ברכות
יצחק איז פארעלטערט געווארן און שווער געקענט זען. ער האט גערופן עשו און אים געבעטן צו פאנגען און צורישן עסן ווי ער גלייכט, און ער וועט אים דאן בענטשן איידער'ן שטארבן. רבקה, זייענדיג א נביאה[28] און הערנדיג שטענדיג אלעס וואס יצחק רעדט[29], האט איבערדערציילט יצחק'ס ווערטער פאר יעקב, און אים באפוילן צו ברענגען צוויי ציגן וועלכע זי האט צוגעגרייט אזויווי יצחק האט ליב געהאט. כדי יצחק זאל נישט אויפכאפן אז יעקב איז נישט עשיו דורכן טאפן זיינע הענט, האט זי אנגעטון פאר יעקב עשו'ס קליידער, און ארויפגעלייגט דעם פעל פון די ציגן אויף זיינע הענט און האלז אז זיי זאלן זיין האריג ווי עשו'ס, און אים געשיקט מיט די גוטע שפייז און ברויט צו יצחק. יעקב האט זיך אנגעגעבן אלס עשו, אהינגעגעבן דאס עסן און געבעטן די ברכות. יצחק האט געגעסן און געטרינקען און געגעבן די ברכות פאר יעקב.
ווי נאר יעקב איז ארויס, איז עשו צוריקגעקומען פון יאגד מיט שפייז פאר יצחק. זעענדיג וואס האט פאסירט האט ער אויסגעבראכן אין א געוויין, און ארויסבאקומען א ברכה פון יצחק. ער איז אבער נישט געווען צופרידן און ער האט געוועבט פלענער צו הרג'ענען יעקב פארן נעמען די ברכות. רבקה האט באפוילן יעקב צו אנטלויפן צו איר ברודער לבן אין חרן פאר א שטיק צייט, ביז עשו בארואיגט זיך און פארגעסט דערפון[30]. קליגערהייט האט זי געזאגט פאר יצחק אז זי וויל אוועקשיקן יעקב'ן כדי ער זאל טרעפן א כלה נישט פון די לאקאלע חת מוידן, וויבאלד זי קען זיי נישט דערליידן[31].
רבקה האט געטון דעם שפיל נישט נאר וויבאלד זי האט ליב געהאט יעקב מער ווי עשו, נאר אויך כדי צו אפהאלטן איר מאן פון מצדיק זיין א רשע[32].
פטירה
רבקה איז נפטר געווארן באלד נאך איר מינקת דבורה[33], און זי איז באערדיגט געווארן אין מערת המכפלה[34], וואו עס זענען באערדיגט געווארן אלע אבות און אמהות אויסער רחל. לויט חז"ל, איז רבקה אלט געווען 122 אדער 133 יאר ביי איר טויט. אין ספרי שטייט אז אירע יארן זענען געווען גלייך צו קהת'ס[35].
כראנאלאגיע
וועגן די עלטער פון רבקה ביי איר חתונה זענען פארהאן עטליכע דעות און לויט דעם ווערט אויך צעטיילט די מיינונגען איבער איר עלטער אין אירע לעבנס־געשעענישן[36]:
- אין רש"י[37] שטייט אז יצחק "האט געווארט ביז זי איז געווארן ראוי לביאה - דריי יאר, און דעמאלט האט ער איר געהייראט".
- תוספות, לויט'ן משמעות אין גמרא[36] און ספרי[35], זאגן אז יצחק האט געהייראט רבקה אין עלטער פון פערצן יאר.
- אין ספר הישר שטייט אז רבקה איז אלט געווען צען יאר ווען זי האט חתונה געהאט[38] און 133 יאר ביי איר פטירה[39], מיטן חשבון אז די מעשה מיט די ברכות איז פארגעקומען פיר יאר שפעטער.
געשעעניש | די צייט און ארט | סדר עולם | ספרי[40] |
---|---|---|---|
רבקה'ס געבורט | "ובתואל ילד את רבקה" (בראשית כב, כ); "כשבא אברהם מהר המוריה (נאך עקידת יצחק) נתבשר שנולדה רבקה" (רש"י, כה, כ) | ב'פ"ה | ב'ע"ד |
רבקה'ס חתונה | "וַיְהִי יִצְחָק בֶּן-אַרְבָּעִים שָׁנָה בְּקַחְתּוֹ אֶת-רִבְקָה בַּת-בְּתוּאֵל הָאֲרַמִּי מִפַּדַּן אֲרָם אֲחוֹת לָבָן הָאֲרַמִּי לוֹ לְאִשָּׁה" (כה, כ) | 3 יאר | 14 יאר |
געבורט פון יעקב און עשו | אין ניסן אדער תשרי (ראש השנה יא, א) | 23 יאר | 34 יאר |
מכירת הבכורה | אין טאג פון אברהם'ס פטירה | 38 יאר | 49 יאר |
די ברכות פון יצחק | "אמר רבי יהושע בן קרחה: אם מגיע אדם לפרק אבותיו ידאג חמש שנים לפניהם וחמש לאחר כן, ויצחק היה בן מאה עשרים ושלש" (רש"י, כז, ב) | 86 יאר | 97 יאר |
רבקה'ס פטירה | דער פסוק באצייכנט נישט די לעבנס יארן פון רבקה אמנו, אבער חז"ל זאגן אז דבורה (וואס די צייט ווען זי איז געשטארבן איז יא באקאנט[מקור פארלאנגט]) איז נפטר געווארן צוזאמען מיט רבקה | 122 יאר | 133 יאר |
אין חז"ל
אין מדרש שטייט אז אויף רבקה איז געזאגט געווארן ”כְּשׁוֹשַׁנָּה בֵּין הַחוֹחִים” (שיר השירים ב, ב), זייענדיג א טאכטער פון א פאפּער, א שוועסטער פון לבן הארמי, פון א פלאץ פון פאפּערס, "והצדקת הזאת, יצאה מבינותם"[41].
דער מדרש ברענגט דריי נסים וועלכע זענען אנגעגאנגען ביי שרה וועלכע האבן זיך אויפגעהערט נאך איר פטירה, און ווען רבקה איז אנגעקומען זענען זיי צוריקגעקומען: די ליכט פון ערב שבת האבן געברענט א גאנצע וואך, עס איז געווען א ברכה אין די טייג, און א וואלקן האט געהויערט איבער'ן געצעלט[18].
דער מדרש זאגט אז רבקה איז געווען ראוי צו געבוירן די צוועלף שבטים[23].
אין זוהר שטייט אז רבקה האט געהאט די געשטאלט פון שרה[42]. לויט אן אנדער מקור האט זי געהאט די שיינקייט פון חוה[43]. אויך ביי אבישג השונמית שטייט אז זי איז געווען גאר שיין, אבער רבקה איז געווען נאך שענער[44].
זעט אויך
רעפערענצן
- ↑ בראשית כד, טז; יח–יט; כה
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כב, כג
- ↑ ליאורה רביד, התנ"ך היה באמת, תל אביב, ידיעות אחרונות, 2009, עמ' 149.
- ↑ שמואל אפרים ליונשטם, "רבקה", האנציקלופדיה המקראית (באנד 7, עמ' 323), מוסד ביאליק, ירושלים; גשר מפעלים חינוכיים, רבקה, אויף מטח זייטל
- ↑ אבינועם ספיר, מה מסתיר התנ"ך, הוצאת ידיעות אחרונות, 2017, עמ' 98
- ↑ זעט כראנאלאגיע
- ↑ פענח רזא, בכור שור, און חזקוני אויף בראשית כה, כ
- ↑ בראשית רבה, פרשה נ"ז, פסקה ג'
- ↑ רש"י, בראשית כב, כג
- ↑ קאַפּיטל כ"ד
- ↑ יומא כח, ב
- ↑ מלבי"ם, בראשית כד, טו
- ↑ רבי יצחק אדרבי, דברי שלום, ווארשא, תרנ"ג, עמ' 34
- ↑ צום ביישפיל, זעט: בית הלוי, פרשת חיי שרה
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה י"ג
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ו
- ↑ העמק דבר, בראשית כד, סה. זעט אויך ספורנו, דארט.
- ↑ 18.0 18.1 בראשית רבה, פרשה ס', פסקה ט"ז
- ↑ בראשית כד, סז
- ↑ זעט רד"ק, כד, סז אז דאס איז געווען מער ווי א געווענליכע אהבה, צוליב די מעלות וואס ער האט געזען אין איר.
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ה'
- ↑ יבמות סד, א; זעט אויך אור החיים, בראשית כה, כ, ד"ה בת בתואל
- ↑ 23.0 23.1 בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה ו'
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ג, פסקה י'
- ↑ זעט אור החיים, כז, יג טעמים צו איר ליבשאפט.
- ↑ רמב"ן, בראשית כו, א.
- ↑ בראשית כו, א–יב
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ז, פסקה ט'
- ↑ אור החיים, בראשית כז, ה–ו
- ↑ קאַפּיטל כ"ז
- ↑ רשב"ם, בראשית כז, מו
- ↑ בראשית רבה, פרשה ס"ה, פסקה ו'
- ↑ בראשית רבה, פרשה פ"א, פסקה ה'
- ↑ בראשית מט, לא
- ↑ 35.0 35.1 ספרי אויף דברים לד, ז (פיסקא שנז).
- ↑ 36.0 36.1 ראשונים, יבמות סא, ב
- ↑ רש"י, בראשית כה, כ (אויך געברענגט אין מדרש אגדה (באבער) פרשת חיי שרה כה, כ). זעט אין גור אריה אויף רש"י, אז די פסוק פריער אין כד, טז רופט איר אן "נערה" - וְהַנַּעֲרָ טֹבַת מַרְאֶה מְאֹד, וויבאלד זי איז געווען ערוואקסן און געבויט ווי א נערה.
- ↑ ספר הישר, חיי שרה ג
- ↑ ספר הישר, וישלח טז
- ↑ זעט דעת זקנים, בראשית כה, כ
- ↑ שיר השירים רבה, פרשה ב', פסקה ב', געברענגט אין רש"י, כה, ב, ד"ה בת בתואל.
- ↑ ספר הזוהר, חלק א, דף קל"ג, עמוד א'
- ↑ מדרש שכל טוב, בראשית כד, טז
- ↑ מדרש הגדול אויף בראשית כד, טז
ספר בראשית | ||
---|---|---|
פרשת בראשית | בריאת העולם • חטא עץ הדעת • רקיע • מים העליונים • בריאת אדם וחוה • אדם און חוה • נחש הקדמוני • קללת האדם והאשה • קין און הבל • שירת למך • בני האלהים | |
פרשת נח | תיבת נח • מבול • שכרות נח • ברית הקשת • תולדות בני נח • מגדל בבל | |
פרשת לך לך | אברהם'ס רייזע צו כנען • אברהם'ס אראפגאנג קיין מצרים • מריבת רועי אברהם ורועי לוט • מלחמת המלכים • מלכי צדק • בריחת הגר ולידת ישמעאל • ברית בין הבתרים • ברית המילה | |
פרשת וירא | בשורת הבן לשרה • מהפכת סדום ועמורה • בנות לוט • ירידת אברהם לגרר • גירוש הגר וישמעאל • ברית אברהם ואבימלך • עקידת יצחק • עשרה נסיונות | |
פרשת חיי שרה | רכישת מערת המכפלה • מציאת אישה ליצחק • אברהם און קטורה • תולדות ישמעאל | |
פרשת תולדות | לידת יעקב ועשו • מכירת הבכורה • ירידת יצחק לגרר • הריב על הבארות • ברית יצחק ואבימלך • ברכות יצחק • בריחת יעקב מעשו | |
פרשת ויצא | יעקב'ס חלום • נישואי יעקב עם רחל ולאה • מסירת הסימנים על ידי רחל • לידת בני יעקב • געשיכטע פון די דודאים • בריחת יעקב מלבן • ברית יעקב ולבן | |
פרשת וישלח | פגישת יעקב ועשו • מאבק יעקב והמלאך • געשיכטע פון שכם און דינה • געשיכטע פון שמעון און לוי • קיום הנדר בבית אל • פטירה און קבורה פון רחל • געשיכטע פון ראובן און בלהה • תולדות עשו • שמונת מלכי אדום | |
פרשת וישב | מכירת יוסף • געשיכטע פון יהודה און תמר • געבורט פון פרץ און זרח • יוסף און אשת פוטיפר • חלומות פון שר המשקים און שר האופים | |
פרשת מקץ | פרעה'ס חלומות • מינוי יוסף למושל מצרים • זיבן זאטע יארן • שבע שנות הרעב במצרים • אראפגאנג פון יוסף'ס ברידער קיין מצרים | |
פרשת ויגש | יוסף'ס אנטפלעקונג צו זיינע ברידער • יעקב'ס אראפגאנג קיין מצרים • יורדי מצרים • מכירת ארץ מצרים לפרעה | |
פרשת ויחי | שבועת יוסף ליעקב • ברכת אפרים ומנשה • המלאך הגואל • ברכת יעקב • מות יעקב וקבורתו | |
צענטראלע פערזאנען | אדם און חוה • קין און הבל • נח • אברהם און שרה • לוט • הגר און ישמעאל • יצחק אבינו און רבקה • עשו • יעקב, רחל און לאה • ראובן • שמעון • לוי • יהודה • תמר • יוסף • אפרים און מנשה |