אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דיינו"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(←‏דער פיוט: צוגעלייגט מקורות)
שורה 6: שורה 6:
דער פיוט באַשטייט פון פופצן שורות, וואָס יעדע פון זיי באַשרייבט איין [[נס]] וואָס איז געטון געוואָרן צו די אידן, און באשטימט אז מיר וואלטן זיך געקענט באגענוגן מיט דעם, און מיר וואלטן נישט געדארפט האבן אויך דער קומענדיגער נס (חוץ דער ערשטער 'מעלה' פון יציאת מצרים, וואס אן דעם וואלטן מיר נישט געהאט אויף וואס צו דאנקען). ארום האלב פון די דערמאנטע מעלות זענען ניסים וועלכע זענען געשען פאר די אידן דורכאויס יציאת מצרים, און די איבריגע באַשרייבן ספּעציעלע געשעענישן, וואָס זענען פאָרגעקומען דורכאויס ​​די רייזע אין [[מדבר]] און ביים אריינגיין אין [[ארץ ישראל]]. דער פיוט פירט אויס מיט באשטעטיגן אז מיר דארפן טאקע דאנקען דעם באשעפער אויף יעדע נס באזונדער.
דער פיוט באַשטייט פון פופצן שורות, וואָס יעדע פון זיי באַשרייבט איין [[נס]] וואָס איז געטון געוואָרן צו די אידן, און באשטימט אז מיר וואלטן זיך געקענט באגענוגן מיט דעם, און מיר וואלטן נישט געדארפט האבן אויך דער קומענדיגער נס (חוץ דער ערשטער 'מעלה' פון יציאת מצרים, וואס אן דעם וואלטן מיר נישט געהאט אויף וואס צו דאנקען). ארום האלב פון די דערמאנטע מעלות זענען ניסים וועלכע זענען געשען פאר די אידן דורכאויס יציאת מצרים, און די איבריגע באַשרייבן ספּעציעלע געשעענישן, וואָס זענען פאָרגעקומען דורכאויס ​​די רייזע אין [[מדבר]] און ביים אריינגיין אין [[ארץ ישראל]]. דער פיוט פירט אויס מיט באשטעטיגן אז מיר דארפן טאקע דאנקען דעם באשעפער אויף יעדע נס באזונדער.


טייל מפרשים ערקלערן אז דער מחבר האט נישט געמיינט צו זאגן אז מיר וואלטן זיך פאקטיש געקענט באגיין מיט איין פון די ניסים פאר זיך{{הערה|דאס קען מען זען, צום ביישפיל, אין שטיקל "אילו קרע לנו את הים ולא העבירנו בתוכו בחרבה, דיינו", וואס ס'איז פארשטענדליך אז שפאלטן דעם ים וואלט אונז נאכנישט געהאלפן איידער מיר גייען אריבער}}, נאר ער מיינט ארויסצוברענגען אז מיר דארפן פולשטענדיג דאנקען אויף יעדע נס עקסטער{{הערה|מדרש הגדה; שיח יצחק}}. רוב מפרשים לערנען אבער אז יעדער נס וואלט שוין אויפגעטון פאר זיך, און זיי זענען דאס מסביר מיט פארשידענע מהלכים{{הערה|רשב"ם, ראב"ן, ארחות חיים, אבודרהם, און אנדערע}}.
טייל מפרשים ערקלערן אז דער מחבר האט נישט געמיינט צו זאגן אז מיר וואלטן זיך פאקטיש געקענט באגיין מיט איין פון די ניסים פאר זיך{{הערה|דאס קען מען זען, צום ביישפיל, אין שטיקל "אילו קרע לנו את הים ולא העבירנו בתוכו בחרבה, דיינו", וואס ס'איז פארשטענדליך אז שפאלטן דעם ים וואלט אונז נאכנישט געהאלפן איידער מיר גייען אריבער}}, נאר ער מיינט ארויסצוברענגען אז מיר דארפן פולשטענדיג דאנקען אויף יעדע נס עקסטער{{הערה|מדרש הגדה; שיח יצחק; זכרון נפלאות}}. רוב מפרשים לערנען אבער אז יעדער נס וואלט שוין אויפגעטון פאר זיך, און זיי זענען דאס מסביר מיט פארשידענע מהלכים{{הערה|רשב"ם; ראב"ן; ארחות חיים; אבודרהם; זבח פסח; שנים מי יודע מפרש ב'; און אנדערע}}.


== דער נוסח פון פיוט ==
== דער נוסח פון פיוט ==

רעוויזיע פון 10:18, 28 מערץ 2023

"דיינו", ריילאנדס הגדה, 14'טער יארהונדערט

דַּיֵּינוּ (אדער כַּמָּה מַעֲלוֹת טוֹבוֹת) איז א אידישער פיוט וואס ברענגט ארויס די פילע סיבות פארוואס די אידן דארפן דאנקן "למקום" (ד.ה. צום באשעפער), און ציילט פילע טובות וואס ער האט געטוהן צו די אידן דורכאויס יציאת מצרים און די תקופה דערנאך. מען פירט זיך עס צו זינגען אין ליל הסדר, אלס א טייל פון דער הגדה של פסח.

דער פיוט

"דיינו", פון ווענעציע הגדה, 1609

דער פיוט באַשטייט פון פופצן שורות, וואָס יעדע פון זיי באַשרייבט איין נס וואָס איז געטון געוואָרן צו די אידן, און באשטימט אז מיר וואלטן זיך געקענט באגענוגן מיט דעם, און מיר וואלטן נישט געדארפט האבן אויך דער קומענדיגער נס (חוץ דער ערשטער 'מעלה' פון יציאת מצרים, וואס אן דעם וואלטן מיר נישט געהאט אויף וואס צו דאנקען). ארום האלב פון די דערמאנטע מעלות זענען ניסים וועלכע זענען געשען פאר די אידן דורכאויס יציאת מצרים, און די איבריגע באַשרייבן ספּעציעלע געשעענישן, וואָס זענען פאָרגעקומען דורכאויס ​​די רייזע אין מדבר און ביים אריינגיין אין ארץ ישראל. דער פיוט פירט אויס מיט באשטעטיגן אז מיר דארפן טאקע דאנקען דעם באשעפער אויף יעדע נס באזונדער.

טייל מפרשים ערקלערן אז דער מחבר האט נישט געמיינט צו זאגן אז מיר וואלטן זיך פאקטיש געקענט באגיין מיט איין פון די ניסים פאר זיך[1], נאר ער מיינט ארויסצוברענגען אז מיר דארפן פולשטענדיג דאנקען אויף יעדע נס עקסטער[2]. רוב מפרשים לערנען אבער אז יעדער נס וואלט שוין אויפגעטון פאר זיך, און זיי זענען דאס מסביר מיט פארשידענע מהלכים[3].

דער נוסח פון פיוט

"דיינו", פייגל קעפ הגדה

כַּמָּה מַעֲלוֹת טוֹבוֹת לַמָּקוֹם עָלֵינוּ!

אִלּוּ הוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרַיִם וְלֹא עָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ עָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, וְלֹא עָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם[4], דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ עָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם, וְלֹא הָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ הָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם וְלֹא קָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ קָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם וְלֹא הֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ הֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה וְלֹא שִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ שִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ וְלֹא סִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ סִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה ולֹא הֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ הֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, וְלֹא קֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי[5], דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ קֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי, וְלֹא נָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה, דַּיֵּינוּ.

אִלּוּ נָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה וְלֹא הִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, דַּיֵינוּ.

אִלּוּ הִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל וְלֹא בָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַבְּחִירָה, דַּיֵּינוּ.

עַל אַחַת, כַּמָּה וְכַמָּה, טוֹבָה כְפוּלָה וּמְכֻפֶּלֶת לַמָּקוֹם עָלֵינוּ: שֶׁהוֹצִיאָנוּ מִמִּצְרַיִם, וְעָשָׂה בָהֶם שְׁפָטִים, וְעָשָׂה בֵאלֹהֵיהֶם, וְהָרַג אֶת בְּכוֹרֵיהֶם, וְנָתַן לָנוּ אֶת מָמוֹנָם, וְקָרַע לָנוּ אֶת הַיָּם, וְהֶעֱבִירָנוּ בְתוֹכוֹ בֶּחָרָבָה, וְשִׁקַּע צָרֵנוּ בְּתוֹכוֹ, וְסִפֵּק צָרְכֵּנוּ בַּמִּדְבָּר אַרְבָּעִים שָׁנָה, וְהֶאֱכִילָנוּ אֶת הַמָּן, וְנָתַן לָנוּ אֶת הַשַׁבָּת, וְקֵרְבָנוּ לִפְנֵי הַר סִינַי, וְנָתַן לָנוּ אֶת הַתּוֹרָה, וְהִכְנִיסָנוּ לְאֶרֶץ יִשְׂרָאֵל, וּבָנָה לָנוּ אֶת בֵּית הַבְּחִירָה לְכַפֵּר עַל כָּל עֲוֹנוֹתֵינוּ.

דער מקור פון דעם פיוט

עס איז נישט קלאר ווער עס האט געשריבן די ווערטער פון פיוט. אין משנה, תוספתא, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי און מדרשים ווערט עס נישט דערמאנט, אבער עס איז געשטאנען אין נוסח פון מכילתא פון געוויסע ראשונים[6]. טייל מפרשים לערנען אז דער פיוט איז פארפאסט געווארן דורך רבי עקיבא[7]; פון אנדערע זעט מען אז עס איז נאך פון תקופת בית שני[8].

דער פיוט ווערט געברענגט אין פריערדיגע הגדות, ווי צום ביישפיל אין סדר רב עמרם גאון, אין סידור רב סעדיה גאון (וועלכער דערמאנט עס ווי א הוספה וואס "רבים מחברינו" פירן זיך צו זאגן), און אין ספר הכוזרי[9][10]. אויך דער רמב"ם, וואס דערמאנט עס נישט אין זיין נוסח ההגדה, האט זיך אבער געפירט ווי דער פריערדיגער מנהג עס צו זאגן[11].

צווישן די פארשער איז איינע פון ​​די השערות, אז עס איז פארפאסט געווארן אלס רעאקציע צו די קריסטליכע אימפראפעריע (ענ') שטראף לידער, ווי צום ביישפיל "איבער פסחא" פון מעליטא פון סארדיס, אין וועלכע די אידן ווערן באשולדיגט אין טון שלעכטס פאר גאט דורך קרייצן דעם אותו האיש, טראץ די אלע גוטס וואס גאט האט זיי געגעבן ביי יציאת מצרים. עס זענען אבער פארהאן פאָרשער וואָס גלויבן אַז די אימפראפעריע איז אַן ענטפער צו דעם פיוט, און נישט פארקערט, און טייל פון זיי ווייזן אויף אז עס שטאמט נאך פון די צייטן פון בית המקדש[12].

דרויסנדע לינקס

רעפערענצן

  1. דאס קען מען זען, צום ביישפיל, אין שטיקל "אילו קרע לנו את הים ולא העבירנו בתוכו בחרבה, דיינו", וואס ס'איז פארשטענדליך אז שפאלטן דעם ים וואלט אונז נאכנישט געהאלפן איידער מיר גייען אריבער
  2. מדרש הגדה; שיח יצחק; זכרון נפלאות
  3. רשב"ם; ראב"ן; ארחות חיים; אבודרהם; זבח פסח; שנים מי יודע מפרש ב'; און אנדערע
  4. באזירט אויפ'ן פסוק: וְעָבַרְתִּי בְאֶרֶץ מִצְרַיִם בַּלַּיְלָה הַזֶּה וְהִכֵּיתִי כָל בְּכוֹר בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם מֵאָדָם וְעַד בְּהֵמָה וּבְכָל אֱלֹקֵי מִצְרַיִם אֶעֱשֶׂה שְׁפָטִים אֲנִי ה' (שמות יב, יב).
  5. דער באפעל אויף שבת ווערט טאקע דערמאנט אין די עשרת הדיברות פון מעמד הר סיני, אבער ווערט שוין פריער איבערגעגעבן פאר די אידן אין שמות טז
  6. זעט פירוש הראב"ן אויף די הגדה; רשב"ץ אויף משנה, אבות ג, יד; פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה
  7. זבח פסח; הגדת מעשי ה'
  8. פירוש הרשב"ץ אויף די הגדה
  9. מאמר ג, יא

  10. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    תוספות מאוחרות, אין: י. ל. ברוך (געזאמלט), יום-טוב לוינסקי (צוגעענדיגט און רעדאגירט), ספר המועדים, כרך ב: פסח, תל אביב: אגודת עונג שבת, דורך הוצאת ספרים דביר, תש"ח, זייט 129
  11. רבי אברהם בן הרמב"ם, געברענגט אין מעשה רוקח אויף רמב"ם ביים סדר ההגדה: ”ועם היות שאבא מארי ז"ל לא הזכירו בנוסח ההגדה, לפי שהוא בלתי מפורסם בכל המדינות ולא הכרחי”
  12. זעט דניאל גאלדשמידט אין הגדה של פסח ותולדותיה, זייט 50; Eric Werner, Melito of ,Sardes the First Poet of Deicide, HUCA 37 ,(1966) .pp 191-210; S.G ,Hall 'Melito in the Light of the Passover ,Haggada' Journal of Theological ,Studies 22 ,(1971) .pp 29-46 און נאך.


טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער