רוי:פינחס
פינחס - איז געווען דער זון פון אלעזר און אן אייניקל פון אהרן הכהן.
פינחס ווערט דערמאנט אין דער תורה אלס קנאי וואס האט געהרגעט זמרי בן סלוא, דער נשיא פון שבט שמעון, און כזבי בת צור, די טאכטער פון א מדינישן פירשט, בשעת דעם חטא פון פעור אין שיטים, אינעם פערציגסטן יאר נאך יציאת מצרים. נאכער איז פינחס אויסגעוועלט געווארן אלס א חשובער כהן ("ונתתי לו ולזרעו אחריו ברית כהונת עולם"). נאך זיין פאטער'ס פטירה איז ער געווארן זן ממלא מקום אלס כהן גדול. פינחס איז געווען קאמאנדאנט איבער 12,000 סאלדאטן אין דער מלחמה קעגן מדין. לויטן מדרש[1] איז פינחס געווען איינער פון די צוויי מרגלים וואס יהושע בן נון האט געשיקט אויסשפיאנירן יריחו איידער מ'האט איינגענומען די שטאט. זיין ארבטייל איז געווען אין הר אפרים אין "גבעת פינחס" אויף זיין נאמען (יהושע, כ"ד, ל"ג).
לויט חז"ל האט ער געדינט אלס כהן גדול אין די יארן פון דעם שופט יפתח הגלעדי. צוליב חילוקי דעות צווישן זיי האט מען נישט מתיר נדר געווען דעם נדר וואס יפתח האט געמאכט מקריב זיין זיין טאכטער, חז"ל האבן קריטיזירט סיי פינחס און סיי יפתח וועגן דעם.
רעפערענצן
- ↑ מדרש תנחומא, פרשת שלח סימן א'. ורש"י כתב על זה ביהושע פרק ב' פס' ד' כך: "מדרש אגדת תנחומא יש פינחס וכלב היו ופינחס עמד לפניהם ולא ראוהו לפי שהיה כמלאך".
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!