רבי ישראל נאג'ארה

פייטן און רב אין די ה'ש' יארן
(אַריבערגעפירט פון רבי ישראל נגארה)

רבי ישראל נאג'ארה (ארום ה'ש"י–ה'שפ"ט) איז געווען פון די בארימטסטע פייטנים און דיכטערס פון זיין צייט און פון אלע צייטן, באקאנט אלס "נעים זמירות ישראל". ער האט געשפילט א שטארקע ראלע אין אויספארמירן די פאעזיע אין לשון קודש נאכן גירוש ספרד. ער האט געמאכט א רעוואלוציע אין זמירות און שירי קודש, דורכ'ן גוט צופאסן זיינע ווערטער צו מוזיק, און דורך נוצן ליבע-באגריפן פון סעקולארער פאעזיע. זיין ליד "י-ה ריבון עלם" בלייבט איינער פון די מערסט געזונגענע פיוטים אין אידישע געמיינדעס. אויסער זיין ריזיגער פּאעטישער יצירה, איז ער אויך געווען א מפרש פונעם תנ"ך, א דרשן און סופר, און דער רב פון שטאט עזה.

רבי ישראל בן משה נאג'ארה
געבורט ארום ה'ש"י
צפת, אָטאָמאַנישע אימפּעריע
פטירה ה'שפ"ח
עזה, אָטאָמאַנישע אימפּעריע
תחומי עיסוק פּייטן, דרשן, מפרש התנ"ך, רב, סופר
ספרים זמירות ישראל, משחקת בתבל, שוחטי הילדים, שארית ישראל, פצעי אוהב
בני דורו אר"י הקדוש, רבי חיים וויטאל
טאטע רבי משה בן לוי נאג'ארה
מאמע טאכטער פון רבי ישראל די קוריאל
קינדער רבי משה נאג'ארה דער צווייטער, רבי לוי נאג'ארה

ביאגראפיע

 
ישראל נג'רה גאס אין צפת

זמירות ישראל … והוא להרב ישראל נאגאר"ה שהיה מ"ץ בק"ק עזה והיה מריץ אגרותיו לרבינו בצלאל אשכנזי ולהרב מהריט"ץ כנראה בקונט' מימי ישראל אשר בסופו, וכתבו משם רבינו האר"י זצ"ל אשר שירותיו חשובות בשמים וכו'. והרב מנחם די לונזאנו בס' שתי ידות משיג עליו בענין השירים. והרב ישראל הנזכר הוא בנו של הרב החסיד מגורי האר"י זצ"ל הרב המחבר לקח טוב… והרב ישראל הנזכר הי"ל איזה חבורים כמו שתראה בהקדמתו לזמירות ישראל ועוד יש חלק שני מפיוטיו בכ"י ונקרא שארית ישראל.

רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת ספרים אות ז', סעיף כז, ערך "זמירות ישראל"

רבי ישראל נאג'ארה איז געבוירן געווארן און אויפגעוואקסן אין צפת, וואס איז דעמאלט געווען אונטער דער אָטאָמאַנישער אימפעריע[1]. די משפחה-נאמען צייגט אז זיי שטאמען פון נאכערא (Nájera), א שטאט אין צפון שפאניע. עס איז אנגענומען אז זיין זיידע, רבי לוי נאג'ארה, איז געווען פון די פארטריבענע פון שפאניע אין ה'רנ"ב און איז אנטלאפן קיין דמשק.

רבי ישראל'ס פאטער, רבי משה בן לוי נאג'ארה, איז געבוירן געווארן אין סאַלאָניקי, גריכנלאנד, און איז שפעטער אריבער מיט זיין משפחה קיין צפת, וואו ער איז געווארן פון די נאנטע תלמידים פונעם אר"י הקדוש[2]. זיין פאטער איז שפעטער געווארן אן איינפלוסרייכער רב אין דמשק, וואו ער האט געדינט אלס דיין פאר צוואנציג יאר. זיין זיידע פון זיין מוטער'ס זייט, רבי ישראל די קוריאל, איז געווען פון די גרויסע רבנים אין צפת, און איינער פון די פיר חכמים וואס האבן באקומען סמיכה פון מהר"י בירב. ר' ישראל נאג'ארה האט געלערנט ביי זיין פאטער און ביי זיין זיידן אין צפת. אויפוואקסנדיג אין צפת איז ער באקאנט געווארן מיט קבלת האריז"ל. אין קעגנזאץ צו זיין פאטער, האט ער נישט ארויסגעוויזן קיין אינטערעס צו חקירה[3].

אין יאר של"א–של"ה איז ר' ישראל מיטגעפארן מיט זיין פאטער קיין קושטא צו דרוקן זיין פאטער'ס ספר "לקח טוב", און דארט האט ער צוגעגעבן א הקדמה-ליד צום ספר, וואס איז ווארשיינליך זיין ערשטער באקאנטער ליד[4]. אין זיינע יונגע יארן איז ער אריבער קיין דמשק מיט זיין פאטער רבי משה, וועלכער איז געווארן רב דארט, און ר' ישראל איז געווארן דער שליח ציבור אין דער שפאנישער קהילה דארטן. פאר א שטיק צייט האט ער ארומגעוואנדערט ביי קהילות אין דער אטאמאנישער אימפעריע, באזוכנדיג סאַלאָניקי, חלב, בורסא, קושטא, און מצרים. אין בורסא האט ער געטראפן און ווארשיינליך געלערנט מיט דעם יונגן פייטן רבי יוסף גאנסו. דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין דמשק פאר א קורצער צייט, און שפעטער איז ער צוריק קיין צפת, וואו ער האט חתונה געהאט און עס איז אים געבוירן געווארן א טאכטער[5]. ער האט געלעבט אין דער צייט פונעם אר"י הקדוש און רבי יוסף קארו.

נאך אן אטאקע אויף די אידן פון צפת דורך אן אראבישן שבט אין של"ט האבן די נאג'ארהס פארלאזט די שטאט. צוליב זיין פאטער'ס פּאזיציע אלס רב אין דמשק' האט ר' ישראל זיך באזעצט אין דזשאָבאַר, א פאָרשטאָט פון דמשק. דארט האט ער געדינט אלס חזן, רב, סופר און סעקרעטאר פון דער קהילה, פאראנטווארטליך פאר'ן שרייבן די קהילה בריוו און קאמוניקירן מיט אנדערע קהילות. רבי ישראל האט דארט באנייט א מנהג גערופן "משמרת ערב ראש חודש", אין וועלכער מענטשן האבן זיך פארזאמלט אין שול א גאנצן טאג, געפאסט, געדאווענט, געלערנט, און געהערט דרשות פון אים[6]. אין די דרשות האט ער געוועבט די יסודות פון חז"ל אויף מוסר און מידות טובות, און אפט באטאנט די וויכטיגקייט פון צדקה, קעגנזייטיגע פינאנציעלע שטיצע, און גמילות חסדים, ווי ביקור חולים, ניחום אבלים, און נאך[7].

דאס לעבן פון רבי ישראל נאג'ארה איז נישט געווען לייכט. ער האט געליטן פון קינדער-פארלוסט, ארעמקייט, און רדיפות פון גדולים אין זיין תקופה, א שטייגער ווי רבי חיים וויטאל. זיין ערשטע ווייב איז אוועק יונג, און זיין איינציגע טאכטער פון דעם זיווג איז נפטר געווארן אין עלטער פון צען יאר. דאס איז אפגעשפיגלט אין א קינה וואס ער האט פארפאסט[8]. שפעטער האט ער ווידער חתונה געהאט, און געהאט עטליכע קינדער. איינער פון זיי, יעקב, איז געשטארבן פון פּאָקן ביי די דריי יאר אלט, און רבי ישראל האט פארפאסט א קינה אים צו באוויינען[9].

צוויי אנדערע זין, משה און לוי, געבוירן אין ר' ישראל'ס עלטערע יארן ווערן דערמאנט אין א קורצן ליד אין "שארית ישראל" און אין א תפילה פאר זיינע קינדער זאלן זיך צוריקקערן צו זייער ארט בשלום. לוי האט אליינס פארפאסט א צאל פיוטים[10]. משה איז גערופן געווארן אויף זיין בארימטן זיידן. רבי ישראל האט געווידמעט א הלכה'דיגע ווערק איבער שחיטה פאר משה, מיטן נאמען "שוחטי הילדים". ער האט אויך געשריבן צוויי לידער פאר משה, איינס ווען ער איז קראנק געווארן און איינס ווען ער האט חתונה געהאט[11].

אין זיינע שפּעטערע יארן האט ער זיך באזעצט אין עזה און איז געווארן ראב"ד און רב פון דער קהילה. עזה איז אין יענע צייט באטראכט געווארן אלס שוואך אין רוחניות און תורה'דיגן גייסט[12]. אין עזה האט ער אנטוויקלט א פריינדשאפט מיט רבי אברהם אזולאי וועלכע אין אין יאר שע"ט אהין אנטלאפן פון חברון און ירושלים. די קשר ווערט באוויזן דורך א קורצער ליד וואס ר' ישראל האט געשריבן לכבוד ר' אברהמ'ס ספר "אור החמה"[13]. רבי ישראל נאג'ארה איז נפטר געווארן ארום ה'שפ"ח. זיין זון, רבי משה נאג'ארה, האט אים איבערגענומען אלס רב.

רבי ישראל האט געקענט עטליכע פרעמדע שפראכן, ווי עס איז קענטיג פון זיינע פיוטים וועלכע זענען געשריבן אין מעטערס פון פארשידענע לאַדינאָ, טערקישע, און גריכישע לידער. ווי עס איז קענטיג פון זיינע ווערק איז ער געווען א למדן, און ער האט זיך געשריבן מיט פילע רבנים און פערזענליכקייטן פון זיינע צייט, אריינגערעכנט רבי בצלאל אשכנזי, רבי יום טוב צהלון, משה חמון, און מנחם חפץ[14]. עס זענען פארהאן גאסן אין פארשידענע שטעט אין ארץ ישראל וואס טראגן זיין נאמען, אריינגערעכנט ירושלים, תל אביב, חולון, רעננה און רחובות.

רבי ישראל'ס אריבערציען זיך קיין עזה אין זיינע לעצטע יארן האט אויסגעשטעלט זיינע אייניקלעך צו דער שבתאישער באוועגונג. זיין אייניקל, ר' יעקב בן משה, איז געווען אַן ענטוזיאסטישער שטיצער פון נתן העזתי און שבתי צבי. יעקב האט דאקומענטירט ש"ץ'ס מנהגים, אריינגערעכנט דאס זינגען ר' ישראל'ס פיוטים[10][15]. ער איז באשטימט געווארן אלס "כהן גדול" דורך שבתי צבי אין יאר תכ"ה[16]. יעקב נאג'ארה איז געבליבן געטריי צו שבתי צבי און אין יאר תל"א האט ער זיך גע'שמד'ט צו איסלאם, ווערנדיג א טייל פון די "דענמע"[17]. די שבתאים און פראנקיסטן האבן שטארק געשעצט ר' ישראל נאג'ארה; שבתי צבי אליין האט אזוי ליב געהאט איין פון זיינע לידער, "יגלה כבוד מלכותך", אז ער האט עס געמאכט פאר זיינס א הימנע[18].

קבורה

רבי ישראל איז באגראבן געווארן אין עזה, און זיין קבר איז געווען באקאנט אין דעם בית הקברות פון עזה. נאך דער סיני מלחמה זענען אידן געקומען צו באזוכן זיין קבר, אבער נאך דעם ווי עזה איז צוריקגעגעבן געווארן אונטער'ן עגיפטישן הערשאפט האבן די עגיפטער אויפגעאקערט דעם קבר. נאך דער זעקס-טאגיגער מלחמה איז זיין קבר-ארט נישט געווען באקאנט. עס איז געווען א שמועה אז מדינת ישראל ווייסט וועגן זיין קבר און קלויבט אויס עס צו פארהוילן. ישראל מאיר גבאי האט געזאגט אז עס געפינט זיך לעבן דער אלטער מעטשעט אין די סאַדזשאַאיאַ געגנט, וואס איז געווען דער אלטער בית החיים פון עזה. עס קען זיין אז איבערבלייבענישן פונעם בית הקברות עקזיסטירן, אבער דעם ארט פון דעם קבר אליין איז אומבאקאנט[19].

עס איז אַן אלטע טראדיציע ביי יהודי עזה אז ער איז באגראבן אין דער שטאט, און עס איז דארט א מקום קדוש וואס די איינוואוינער רופן "קברים פון פרעמדע". צווישן די קברים, וואס זענען גענויגט צו ירושלים, געפינט זיך איין מצבה וואס די איינוואוינער האלטן פאר "א הייליגער וואס האט געהיילט קראנקע"[20]. זיין קבר געפינט זיך לויט ישראל שפירא אין דעם הויף פון דער קאטוילישער קירכע נעבן דער אידישער געגנט ("חאראת אל יאהוד")[21]. מנחם לייזער מאזעס האט דערציילט אז ארום תשכ"ט האט דער וויזשניצער רבי דער "אמרי חיים" באזוכט זיין קבר אין עזה און געזונגען זיין פיוט "קה רבון"[22]. עס איז דא איין מקור וואס זאגט אז ר' ישראל איז נפטר געווארן אין דמשק און זיין מצבה איז נעבן רבי חיים וויטאל'ס קבר[23].

זיינע ווערק

רבי ישראל נאג'ארה איז געווען גאר א פראדוקטיווער שרייבער און האט מחבר געווען ספרים אין פארשידענע געביטן; פירושים אויף תנ"ך, דרוש, און הלכה. אבער ער איז בעיקר בארימט צוליב זיין ריזיגער פאעטישער יצירה, און ער ווערט געזען אלס דער גרעסטער פייטן נאך דעם גירוש שפאניע.

פאעטישע זאמלונגען

ר' ישראל האט מחבר געווען איבער טויזנט לידער, פילע פון זיי אין אראמיש. זיינע הויפט געדיכטן זענען שירי קודש, וועלכע זענען דורכגעווייקט מיט אמונה, באציאונגען צו אידישע ליידן אין גלות, און בענקשאפט פאר דער גאולה און משיח. ער האט אויך געשריבן פילע מוסר לידער און שבח און הודאה צו ה', צווישן זיי לידער וואס דערמאנען זיין אייגענעם טאלאנט אלס א דיכטער[15]. אין זיינע יונגע יארן האט ער אויך געשריבן א צאל סעקולערע לידער. דער סטיל פון זיינע שאפונגען זענען בעיקר באאיינפלוסט פון שפּאנישער און אראבישער פּאעזיע מיט זייער געבוי און אינהאלט, אבער ער האט אויך גענוצט אייגנארטיגע פארמען און טעמעס[24].

ער האט זיך באנוצט מיט אן אייגנארטיגן טעכניק, קאָנטראַפאַקטום (Contrafactum), דאס מיינט איבערצוקערן א סעקולערע ליד צו א רעליגיעזע דורך ענדערן די ווערטער[25]. ער האט גענוצט פארשפרייטע פאלקס-לידער אין שפאניש, לאדינא, טערקיש, און אראביש – אריינגערעכנט ליבע-לידער מיט צווייפלהאפטיגע אינהאלט – און האט צוגעפאסט ווערטער מיט א הייליגן תוכן צו די ניגונים. אויפ'ן שער־בלאט פונעם ערשטן מהדורה פון "זמירות ישראל" האט ער שוין אנגעגעבן אז דאס איז א זאמלונג פון פּיוטים און לידער "מיוסדים על אדני אופני ניגוני ערב ותוגרמה" – דאס הייסט, געגרינדעט אויף אראבישע און טערקישע מעלאדישע מאָדאַליטעטן. אינעווייניג האט ער פאר יעדע פיוט אנגעגעבן לויט וועלכן גוי'אישן ליד דער פיוט איז פארפאסט, ווי אויך דער מקאם (מוזיקאלישער שטייגער) דערפון. כאטש ער איז נישט געווען דער איינציגער צו נוצן דעם מעטאד, האט ער זיך אבער אויסגעצייכנט דערמיט סיי אין צאל און סיי אין קוואליטעט.

ווי רבי ישראל זאגט אין דער הקדמה צו זיין ספר "זמירות ישראל", איז זיין ציל געווען צו אפקערן די אידישע יוגנט פון סעקולערע לידער. ער האט דאס געטון דורך פארפאסן שירי קודש צו די מעלאדיעס וואס זיי זענען געוואוינט געווען צו הערן[26]. דער מוזיקאלישן טאן איז נישט בלויז א באגלייטונג צום טעקסט, נאר טוט אויך טיף פארקערפערן דעם טעקסט'ס אינהאלט[27].

דער ספר "זמירות ישראל", זיין הויפט זאמלונג פון געדיכטן און פיוטים, איז געדרוקט געווארן בחייו אין דריי (אדער פיר) אויפלאגעס, און אויסער דעם איז עס קאפירט געווארן שריפטליך אין פילע קהילות[28]. די ערשטע אויסגאבע איז געווען אין צפת אין שמ"ז און האט אנטהאלטן 109 פיוטים[29]. דאס ספר איז איינס פון בלויז זעקס ספרים וואס זענען געדרוקט געווארן אין יענעם דרוקעריי אין צפת, און איז היינט א זעלטן ספר[30]. די צווייטע אויסגאבע איז געווען אין סאַלאָניקי אין שנ"ד. די דריטע פארגרעסערטע אויסגאבע אין ווענעציע (שנ"ט–ש"ס)[31] האט אנטהאלטן 346 פיוטים און איז צעטיילט אין דריי חלקים: (1) "עולת תמיד", 225 פיוטים פאר וואכנטעג, ארגאניזירט לויט'ן אָטאָמאַנישן מקאם סיסטעם; (2) "עולת שבת", 54 פיוטים פאר יעדן שבת פון יאר; (3) "עולת חודש": 160 פיוטים און קינות פאר די ימים נוראים, פורים, תשעה באב, און פארשידענע געלעגנהייטן.

ר' ישראל האט איבערגעלאזט אין כתב יד "שארית ישראל", א גרויסע זאמלונג פון לידער, וואס האט געזאלט זיין דער צווייטער טייל פון זמירות ישראל, אבער ער האט עס נישט עספיעט צו דרוקן. די גרויסע צאל מאנסקריפטן וואס ברענגען אראפ לידער פון "שארית ישראל" צייגט אויף די גרויסע פאפולאריטעט פונעם משורר אין די אויגן פון זיין דור און די קומענדיגע נאך אים[32]. אין שפעטערדיגע תקופות זענען פארעפנטליכט געווארן פיל פון די פיוטים דורך פארשידענע פארשער[33]. אין תשפ"ד איז ערשינען דער ספר "שארית ישראל – מזמירות ישראל", מיט 418 לידער, אלס טייל פון א פארש-ארבעט דורך טובה בארי און עדווין סערוסי[34]. איין ליד דערפון איז "ימלט אי נקי", וואס איז געווידמעט פאר ארץ ישראל און דעם ווילן ס'זאל זיך מערן שמחות ביי אידן[28].

אנדערע ווערק

רבי ישראל נאג'ארה האט אויך געשריבן ספרים אין הלכה, מוסר און דרוש. זיינע פּירושים אויף דער תורה זענען כמעט נישט געבליבן. צווישן די ערשינענע חיבורים זענען:

  • משחקת בתבל – אַן עטישע פאעמע וועגן דער נישטיגקייט פון דער וועלט אין פּראזע מיט גראמען, געדרוקט געווארן סוף "זמירות ישראל" (צפת, שמ"ז).
  • פצעי אוהב (איסטאנבול, שנ"ח) – א פירוש אויף איוב[35].
  • מימי ישראל (ווענעציע, שס"ה) – אן אויטאביאגראפישן-ליטערארישן חיבור פון רעטאָרישע בריוו מיט סעקולערע און ליבע-לידער, קאמפּאנירט אין זיין יוגנט, און צוגעלייגט צו דער דריטער אויסגאבע פון זמירות ישראל. צעטיילט אין זעקס חלקים: מי השילוח (צו פייטנים און פאעטן), מי מנוחות (צו פארשידענע מענטשן), מי מריבה (וועגן מוסר און שלום), מי מצור (העלפן קהילות אין קריזיס), מי זהב (בעטן צדקה פאר ארעמע לייט), מי המרים (טרייסט בריוו)[36].
  • כלי מחזיק ברכה (ווענעציע, ש"פ) – הלכות פון און א פירוש אויף ברכת המזון[37].
  • מקוה ישראל – א זאמלונג פון פערציג דרשות וואס ער האט געגעבן ביי די משמרות ערב ראש חודש אין זשובאר (די היברובוקס סקען אנטהאלט נאר פינף דרשות. בר אילן אוניווערזיטעט האט איבערגעדרוקט דעם פולן ספר, תשס"ד).
  • שוחטי הילדים (אמסטערדאם, תע"ח) – א קליין ספר מיט די הלכות פון שחיטה און ניקור אין גראמען, געשריבן אין א לייכטער שפראך פארשטענדליך אפילו פאר קינדער.
  • פזמונים (וויען, תרי"ח) – א זאמלונג פון 120 זמירות.
  • מערכות ישראל (אין כתב יד, פארלוירן) – על התורה.

פון זיינע הלכה תשובות געפינען זיך אין די שו"ת פונעם מהריט"ץ, מיט וועמען ער האט זיך געשריבן אין הלכה.

פאפולאריטעט

זיינע פיוטים זענען שנעל אויפגעכאפט געווארן, און געווארן גאר איינפלוסרייך. זיי זענען געווען זייער פאפולער צווישן אידן, פון אינדיע אין מזרח ביז מאראקא אין מערב. מען האט זיי געזונגען אויף שבתות, ימים טובים, ביי שירת הבקשות (העב'), און ביי משפחה שמחות. דאס זינגען פיוטים, ספעציעל אין שבת און יום טוב, איז געווען א פאפולערע פארעם פון פארוויילונג צווישן משפחה און פריינט אין יענער תקופה[28]. צענדליגער כתבי יד פון זיינע לידער זענען קאפירט געווארן אין צפון אפריקע און קאטשין אין אינדיע, איבערגעזעצט אין פערסיש-אידיש, און עס זענען אויך דא קאראאישע, אשכנזישע, תימנ'ער און איטאליענישע קאפיעס. זיין מעטאד האט באדייטנד באאיינפלוסט די "שירת הבקשות" אין חלב (אלעפּאָ) און איראק, און די "מפטירים" אין טערקיי[38].

אין 19טן יארהונדערט האט דער דייטש-אידישער געלערנטער יוליוס פירסט (1805–1873) געשריבן אז ר' ישראל איז געווען "פרעמד" פאר אשכנזים, אויסער זיין אראמישן ליד "יה ריבון". אבער היינטיגע שטודיעס ווייזן אנדערש. אין תע"ב איז אין פראנקפורט ארויסגעגעבן געווארן א קליין קונטרס מיטן נאמען "תפילות נוראות ושבחות והודאות וזמירות ישראל", וואס האט אנטהאלטן אכט לידער פון ר' ישראל[39]. דאס ווייזט אויף א געוויסע אנוועזנהייט פון ר' ישראל'ס פאעזיע אין אשכנז. דער ארויסגעבער פון דעם קונטרס, ר' משולם זלמן פישהוף-אויערבאך, איז געווען נאנט צו קרייזן פון שבתי צבי'נישע און משיחישע געדאנקען אין מעהרן[40]. ר' משולם דערציילט אז רבי דוד אפענהיים (1664–1737), א בארימטער רב און ביבליאגראף, האט פינאנצירט א גרופע זינגער וועלכע פלעגן זינגען פאר שחרית[41]. ר' יהודה אריה (ליאו) מאדענא (1571–1648), א בארימטער ווענעציאנישער רב און דיכטער, האט געשריבן א הקדמה ליד פאר דער ווענעציאנישער אויסגאבע פון "זמירות ישראל". ער האט געלויבט נאג'ארה'ס ווערק און זיין "דיכטערישע כשרון". ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף ר' נאג'ארה: "לא קם בישראל כישראל"[42].

די פילע קאפיעס זענען לעבעדיגע עדות אויף דער פארשפרייטונג פון זיינע לידער און זייער אקטיווער אנוועזנהייט אין די ערטער[34]. פאעזיע אין לשון הקודש ביי די עדות המזרח שטיצט זיך שטארק אויף זיין ארבעט און זיינע חידושים, ביז די לעצטע צייטן[43].

זיין אראמישע זמר, "י-ה רבון עלם ועלמיא", אין וועלכן עס קומט צום אויסדרוק די בענקשאפט צו דער גאולה, איז פון די באקאנטסטע פיוטים אין דער וועלט. דער דאזיגער פיוט איז איינגעפירט אויך ביי די אשכנזישע קהילות און ווערט געזונגען יעדן שבת, טראץ וואס דער פיוט איז נישט געמאכט געווארן פאר שבת. צענדליגער ניגונים זענען געווארן קאמפּאזירט צו דעם פיוט[44].

אין דעם ספר זמירות ישראל איז אויך דא זיין באקאנטן פיוט "ירד דודי לגנו", אויך באקאנט אלס די "כתובה לחג השבועות", וואס איז א פאעטישע פאראדיע וואס באשרייבט די תנאים צווישן ישראל און גא-ט[45]. עס געפינט זיך אין ספרדישע און תימנישע סידורים און מען ליינט דאס אין פיל קהילות פון עדות המזרח אויף שבועות. ענליכע כתובות זענען אינספירירט געווארן פון זיין ווערק[46], א שטייגער ווי דער נוסח פון שטר תנאים און כתובה וואס איז איינגעפירט צו ליינען אום שבועות אין די סיגוט-סאטמארער הויפן, וועלכע איז בטעות צוגעשריבן געווארן צו ר' ישראל[47].

אנדערע באקאנטע פיוטים זיינע זענען "יערת דבש"[48], "יודוך רעיוני"[49], "יעלה בואי לגני"[50], "יעלם שבני"[51], און "יונתי זיו יפעתך", דער טראדיציאנלער חתונה ליד אין די קהילות פון מומביי און אפגאניסטאן[52].

רבי שלום דובער שניאורסאן (רש"ב) פון חב"ד האט קאמפּאזירט א ניגון אויף ר' ישראל'ס "ידידי רועי מקימי", א פיוט וואס דרוקט אויס די בענקשאפט פון כלל ישראל אין גלות צו ג-ט און ענדיגט זיך מיט א בקשה אויף די בויאונג פונעם בית המקדש און ביאת המשיח[53]. דער ניגון איז געזונגען געווארן מיט גרויסע רגש און טרערן דורך חסידים אין ליובאוויטש, בפרט נאך דער הסתלקות פון מהר"ש[54].

קריטיק

רבי ישראל'ס נייע איינפירונגען, הויפטזעכליך זיין נוצן וועלטליכע און אפילו "וואולגארישע" ניגונים פאר הייליגע ווערטער, האבן ארויסגערופן שטארקע קריטיק. רבי מנחם די לאָנזאַנאָ פון דמשק, וואס איז אויך געווען א גרויסער בעל מנגן און געשריבן פיוטים אבער האט געהאט ווייניגער הצלחה, האט שטארק קריטיקירט זיינע סטיל. כאטש ער האט נישט געהאט קיין פּראבלעם מיט'ן נוצן גויאישע מעלאדיעס פאר הייליגע לידער, און האט אפילו באוואונדערט די רוחניות'דיגע ווירקונג פון טערקישער מוזיק, האט ער זיך קעגנגעשטעלט ר' ישראל'ס עקסטרעמע סינטעזע, וואס האט אויך צוגעפּאסט די לשון-קודש ווערטער צו די קלאנגען פון די לועזישע הברות, לשון נופל על לשון, און דאס נוצן גשמיות'דיגע אויסדרוקן אין שירי קודש, למשל אין זיינע זמירות וועגן דער חתונה פון דער באשעפער און כלל ישראל. ר' מנחם האט געזאגט אויף ר' ישראל אז ער "האט זיך ערלויבט צו זאגן צו ה' יתברך אלץ וואס נואפים זאגן איינער דעם אנדערן"[55][56], און ווי אויך אז ר' ישראל "אונטערשיידט נישט צווישן שבת און תשעה באב"[57][58][59]. רבי ישראל פארטיידיגט זיך פון די קריטיק אין די הקדמות צו זיינע ספרים, ערקלערנדיג אז ער גיט פאסיגע טעקסטן צו די פאפולערע ניגונים כדי צו הייליגן זיי און דאס איז נויטיג פאר די רוחניותדיגע באדערפענישן פון ציבור.

די הארבסטע קריטיק אויף ר' ישראל שרייבט רבי חיים וויטאל אין זיין פערזענליכן טאגבוך "ספר החזיונות" וואס איז נישט פארעפנטליכט געווארן בשלמות ביז תשי"ד. זיין קריטיק איז מער וועגן ר' ישראל'ס אויפפירונג ווי איידער אויף זיין פאעטישע סטיל. ער ברענגט נאך פון א דיבוק וואס איז אריין אין א יונג מיידל אין דמשק אין יאר ה'שס"ט, וועלכע האט באשולדיגט ר' ישראל אין שווערע עבירות, אריינגערעכנט שכרות, ניבול פה, חילול שבת, זיך קריגן מיט זיין ווייב, אוממאראלישע מעשים, און באציאונגען מיט א גוי'טע. די רוח האט דערקלערט אז עס איז פארבאטן צו רעדן מיט אים אדער צו זינגען זיינע לידער, און אז עס איז כמעט פאסיג צו פסל'ען די כתובות און גיטין וואס ער האט שוין געשריבן. ר' חיים וויטאל שרייבט, אז דער רוח האט אויך געזאגט אז ר' ישראל האט צוגעגרייט א מאלצייט אין בין המצרים, געזונגען הויך, געגעסן פלייש, געטרונקען וויין און זיך אנגע'שיכור'ט. ר' חיים גיבט אן אז ר' ישראל האט צו אים מודה געווען אז די אינצידענט איז פארגעקומען[60]. ר' חיים וויטאל זאגט אבער נישט צי ער האט געפרעגט ר' ישראל וועגן די מער ערנסטע באשולדיגונגען[61].

פון דער אנדערער זייט, האט דער אר"י הקדוש, לויט רבי אליהו האיתמרי פון איזמיר, געהאט א פאזיטיווע מיינונג אויף אים, און ער האט געזאגט אז ער איז א נצוץ פון דוד המלך עליו השלום און אז זיינע פיוטים זענען געזאגט געווארן מיט רוח הקודש[62]. אין חמדת ימים ווערט דערציילט אז דער אר"י האט אמאל א פרייטאג צונאכטס געזען טויזנטער מלאכים גיין אראפ און ארויף צו הערן דאס זינגען פון רבי ישראל נאג'ארה, ווייל זיינע זמירות זענען געווען מיט רוח הקודש. דאן האט דער אר"י באמערקט אז די מלאכים זענען אוועקגעגאנגען, וויבאלד רבי ישראל האט געזונגען ביים טיש מיט אויפגעדעקטע ארעמס און אן קיין הוט, און דער אר"י געשיקט צוויי תלמידים זיינע אים צו זאגן דערוועגן. ווען ר' ישראל האט דאס געהערט האט אים באנומען א ציטערניש, ער האט זיך אוועקגעזעסן מיט דרך ארץ און זיך צוריקגעקערט צו זיין געזאנג, און די מלאכים האבן זיך גלייך אומגעקערט, פרייליך ווי ביי א חתונה. דער אר"י מיט זיין תלמיד האבן דאס געזען און זיך פארוואונדערט[63].

דער חמדת ימים אליין שרייבט: "די קדמונים וכל בעלי השיר האבן שוין פארפאסט ספּעציעלע פיוטים צו זינגען שבת און פון זיי אלע האט מיר נישט געפאלן, בלויז די פיוטים פון בעל זמירות ישראל דאית בהון קבלה אמיתית, און דער איש המשכיל ישכיל בם אז עס זענען פארהאן פילע פון זיי וואס מען זאל נישט זאגן און שבתות און ימים טובים, און ער האט זיך פארלאזט על עין המשכיל"[64].

דער חתם סופר פלעגט אנהייב נישט זינגען דעם פיוט "יה רבון עלם". ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געזאגט: "איידער איך וועל ענטפלעקן מיין טעם, איז מיר ענדערש אז איר זאלט עס זינגען"[65]. פיל רבנים און גדולי הדור האבן נישט מקבל געווען די קריטיק און האבן ווייטער געזונגען ר' ישראל נאגארה'ס פיוטים, צווישן זיי דער אוהב ישראל פון אפטא, דער בני יששכר, רבי הערשעלע רימנובער, רבי איציקל וואורקער און נאך פילע[66].

די מאדערנע געלערנטע גאון און בניהו פארטיידיגן ר' ישראל און שלאגן פאָר אז זיינע קריטיקער האבן אים אפשר מקנא געווען צוליב זיינע דרשות און די פילע מענטשן וואס זענען זיך צוזאמענגעקליבן ביי אים[67].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
  2. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים אות מ', סעיף קסא (ברוקלין, 1958).
  3. מלאכי, מקובלים, 108.
  4. מבוא, שארית ישראל, תשפ"ד, עמ' 22, הערה 2.
  5. זעט בניהו, תש"נ, רה–רז.
  6. נעם אשכולי, סגנון שלא היה: כתביו של הרב המשורר הנועז מעזה – מקור ראשון.
  7. Yosef Bitton, Rabbi Israel Najara (1555-1625) and the Jobar Synagogue, Halakha of the Day, ‏June 14, 2015.
  8. מימי ישראל, דף קסו ע"ב–קסז ע"א, שיר ח'.
  9. מימי ישראל, דף קסז ע"א, שיר ט'.
  10. 10.0 10.1 טובה בארי, "בן בלתי ידוע של ר' ישראל נג'ארה: ר' לוי בן ישראל ופיוטיו", תרביץ סד(ב), טבת-אדר תשנ"ה, עמ' 275–300‏, JSTOR 23600680.
  11. טובה בארי, "על ישראל נג'ארה וילדיו", תרביץ ע (ג/ד), ניסן-אלול תשס"א, עמ' 559–567‏, JSTOR 23601361.
  12. זעט רבי יוסף טראני, תשובות מהרי"ט, ח"א, סי' מז סוף תשובה.
  13. דב זלוטניק, "'אהבת הטוב והערב והמועיל': בכתבי ר' ישראל נאגארה ור' אברהם אזולאי", תרביץ מד‎, חוברת א/ד‎ (תשרי-אלול תשל"ה), עמ' 182–188‏, JSTOR 23594970.
  14. "Najara", JewishEncyclopedia.com (ענגליש).
  15. 15.0 15.1 טובה בארי, מבוא לשירי ר' ישראל נג'ארה, אתר הפיוט והתפילה.
  16. בניהו, תש"נ, ז' רטז.
  17. ישראל שפירא, ‏האם צה"ל הפגיז את צאצאי הפייטן והמקובל של עזה?!, אויף כיכר השבת, 2025-06-08.
  18. גרשם שלום, ‏"שיר של ישראל נג'ארה בפי השבתאים", אין Samuel Löwinger and Joseph Somogyi, eds., Ignace Goldziher Memorial Volume, Part I (בודאפעסט: Globus, 1948), 41–44; אדוין סרוסי, "'יגלה כבוד מלכותך': פיוט של ר' ישראל נג'ארה בפי השבתאים ולחניו", תרביץ סב, חוברת ג (ניסן-סיוון תשנ"ג), עמ' 361–379‏, JSTOR 23598755.
  19. זעט מקום קבורת רבי ישראל נג'ארה בעזה אויף אוצר החכמה פארום .
  20. ישראל שפירא, ‏הקבר של "הקדוש שריפא חולים" שנמצא בלב העיר עזה, אויף כיכר השבת, 2023-11-16. זעט יעקב סגל וצבי פרידמן, "האומנם קבור ר' ישראל נג'ארה בלב העיר עזה?", התורה והארץ ז: חבל עזה וגוש קטיף, כפר דרום, תשס"ה, עמ' 389–395 (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  21. איציק ברנדויין, ההיסטוריון ישראל שפירא באולפן ערוץ 7: המסתורין סביב קברו של רבי ישראל נג'ארה בעזה, אויף ערוץ 7, דעצעמבער 18, 2024 .
  22. יעקב אבוביץ, ‏מרתק: כשהאדמו"ר ה'אמרי חיים' מויזניץ ביקר בעזה על קבר מחבר הפיוט, אויף JDN‏, ד׳ במרחשוון ה׳תשפ״ד (העברעאיש). זעט יום פטירתו של רבי ישראל נג'ארה אויף פורום לתורה.
  23. שארית ישראל, תשפ"ד, מבוא, ז' 25, הערה 23.
  24. טובה בארי, ‏"היסודות הספרדיים בשירת ר' ישראל נג'ארה", פעמים 49, תשנ"ו, עמ' 54–67.; הנ"ל, "לשאלת המסד הספרדי בשירת ר' ישראל נג'ארה: הערכה מחודשת", מחקרי ירושלים בספרות עברית לב, תשפ"א, עמ' 359–377‏, JSTOR 27075110.
  25. Ofer Ronen, Contrafactum, JMRC
  26. טובה בארי, ‏"גלגוליו של הקובץ שארית ישראל לרבי ישראל נג'ארה", ספר זכרון לפרופ' מאיר בניהו, חלק ב: קבלה ומחשבת ישראל ספרות, שירה, פיוט ותפילה (ירושלים: יד הרב ניסים, תשע"ט), 1085–1094.
  27. אילת אטינגר, שירים / רבי ישראל נג'ארה, אויף תרבות.il, ‏סעפטעמבער 7, 2019.
  28. 28.0 28.1 28.2 יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
  29. זמירות ישראל, צפת, שמ"ז.
  30. אפרים חזן, הפיוט מהו? הגדרות ותולדות, אויף הפיוט והתפילה.
  31. זמירות ישראל, ווענעציע, שנ"ט–ש"ס. א שפעטערע אויסגאבע איז בעלגראד, תקצ"ח.
  32. טובה בארי, ‏"בין זמירות ישראל ל־שארית ישראל לר' ישראל נג'ארה", שירת דבורה: מתנת ידידות והוקרה לפרופסור דבורה ברגמן, הוצאת הספרים של אוניברסיטת בן־גוריון, תשע"ט, עמ' 58–70.
  33. ווי אין אשר בן-ישראל, שירת הח"ן, צפת, תרע"ח, עמ' 23–58; דוד ילין, "עשרים שירים משירי 'שארית ישראל' לר' ישראל נג'ארה", מחקרים לזכרו של ר' עמרם קוהוט, ניו־יורק תרצ"ו, עמ' נט-פח; ישראל דאווידזאן, "שירי תקוה: מן "שארית ישראל" לר' ישראל נגארה", ספר היובל לפרופיסור שמואל קרויס, ירושלים: ראובן מס, תרצ"ז, עמ' 193–210; יצחק מנדלסון, "שירים מר' יצחק בן יהודה אבן גיאת ומר' ישראל בן משה נג'ארה", חורב ט (ניסן תש"ו), עמ' 50–58; אהרן מירסקי, "עשרת שירים לרי ישראל נג'ארה", ספר איש התורה והמעשה...משה אוסטרובסקי, עמ' קכה–קלב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); הנ"ל, "שירי גאולה לרבי ישראל נאג'ארה: יוצאים לאור על-פי כתבי-יד", ספונות ה, יד יצחק בן-צבי, תשכ"א, עמ' רז–רלד‏, JSTOR 23415124; הנ"ל, "שירי נגר ובר נגר", ספונות ו, תשכ"ב, עמ' רז–רלד‏, JSTOR 23415176.
  34. 34.0 34.1 נחם אילן, שירי רבי ישראל נג'ארה מתכנסים לספר אחד, אויף מקור ראשון, ‏סעפטעמבער 2, 2024.
  35. זעט שאול רגב, "'פצעי אוהב' לר' ישראל נאג'ארה", אסופות ד, ירושלים: יד הרב נסים, תש"נ, עמ' שכה–שנו (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  36. רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ספרים, א'רכד.
  37. קאנסטאנטין, תצ"ד אויף גוגל.
  38. אלמוג בהר, רבי ישראל נג'ארה, פייטן ומהפכן, 07/02/2013.
  39. תפלות נוראות: ושבחות והודאות וזמירות ישראל, פראנקפורט, תע"ב.
  40. זעט: מ' בניהו, ה'חברה הקדושה' של רבי יהודה החסיד, ספונות, ג-ד, תשי"ט-תש"ך, עמ' קעו.
  41. זעט: סרוסי און בארי, "ר' ישראל נג'ארה באשכנז".
  42. Michela Andreatta, ‏"The Poet in the Printing Shop: Leon Modena and the Paratextual Production of Authority in Early Modern Venice", Shirat Devorah: Festschrift in Honor of Devora Bregman, Edited by Haviva Ishay (Beer-Sheva: Ben Gurion University Press), 2018, pp. 9-29 [English section].
  43. יוסף יהלום, ‏"ר' ישראל נג'ארה והתחדשות השירה העברית במזרח לאחר גירוש ספרד", פעמים 13, תשמ"ב, עמ' 96–124.
  44. זעט "קה רבון עלם", אשכול אויף אייוועלט.
  45.   דער פיוט ירד דודי לגנו (כתובה לחג השבועות), אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל; Israel Davidson, Parody in Jewish literature, 1907, pp. 34–36.
  46. איתי מרינברג, דודי לי ואני לו: על הכתובה של ר' ישראל נג'ארה ושל ר' יהודה קלעי, אתר הפיוט והתפילה.
  47. Beeri, 2019, 71. זעט סדר התנאים והכתובה שמיוחס לר' ישראל נגארה מי חיבר אויף אוצר החכמה פארום ; "ווער האט מחבר געווען דער נוסח שטר אירוסין ליום טוב שבועות ?", אשכול אויף אייוועלט.
  48.   דער פיוט יערת דבש, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  49. יודוך רעיוני, אין העברעאישער המכלול.
  50.   דער פיוט יעלה יעלה, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  51. יעלם שבני, אין העברעאישער המכלול.
  52. אבנר פרץ, "ישראל נג'ארה – המפליא בנגינות: על הפיוט יונתי זיו יפעתך", אתר הפיוט והתפילה;   דער פיוט יונתי זיו יפעתך, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  53. ידידי רועי מקימי, אין העברעאישער המכלול;   דער פיוט ידידי רועי, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  54. ניגון ידידי רועי מקימי, אויף חב"דפדיה.
  55. מנחם די לונזנו, שתי ידות, ווענעציע, שע"ח, דף קמב.
  56. ענליך צו רמד"ל האט אין דער מאדערנע צייט חיים נחמן ביאליק (א סעקולערער העברעאישער פאעט פון 20'סטן יארהונדערט) אין אן ארטיקל שארף קריטיקירט ר' ישראל'ס עפנטליכקייט צו די קולטורן פון די גוים (חיים נחמן ביאליק, "שירתנו הצעירה, אות ג, אדעס תרפ"ז" אין פרויקט בן-יהודה; אלמוג בהר, ר' ישראל נג'ארה, חיים נחמן ביאליק ובוז, ‏04/11/2012).
  57. שתי ידות, דף סה,ב.
  58. Beeri, 2019, 62–63.
  59. פדיה, הטקסט, ז' 103.
  60. שבחי רבי חיים וויטאל, אוסטראה, תקפ"ו, עמ' יט; רבי חיים וויטאל, ספר החזיונות, מהדורת פיירשטיין, מכון בן-צבי, ירושלים תשס"ו, עמ' 68.
  61. Marc B. Shapiro, Hasidism in America, Seforim Blog, ‏October 18, 2017.
  62. רבי אליהו האיתמרי פון איזמיר, שבט מוסר, פרק לד, קושטא תע"ב, דף קיא, ד.
  63. חמדת ימים, חלק א, איזמיר תצ"ב, דף עח (פרק ח, אות יב) און חלק ג פרק ג, אות ו–ז; רבי יצחק מאגריסו, ילקוט מעם לעז, ה'תק"ו, פר' ויקהל לח, ג. תר' ללשון קודש, תשכ"ט, עמו' תתתמג; רבי אליעזר פאפו, פלא יועץ (קושטא, תקפ"ד), ערך אכילה. זעט גרשם שלום, ‏"והתעלומה בעינה עומדת", בחינות בביקורת הספרות, ח (1955), עמ' 85–86; בניהו, תש"נ, זז' 227–229.
  64. חמדת ימים, חלק א, פרק ח, אות פב.
  65. זעט אוצרות הסופר יט, תשס"ט, עמ' קלז, הערה יא.
  66. זעט א.י. דיין, האוצר כא.
  67. גאון, מזרח ומעריב ה, עמ' 149; בניהו, תש"נ, זז' 234–235.
  68. פאר אן איבערזיכט אויף מהדורת פריס-חורב תש"ו זעט אהרן מירסקי, "ישראל נגרה, "זמירות ישראל" (תשו)", קרית ספר כה, תש"ח, עמ' 39–47.