רוי:זשובאר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

זשובאר (דזשאָבאַר) איז א דארף צפון־מזרח פון דמשק; באזעצט דורך אן אלטע מוסטאראבישער (= איינגעבוירענע אידן וואס געהערן צו דער אלטער סירישער געמיינדע; דער טערמין מוסטאראבים ווערט געווענליך גענוצט אין קאנטראסט צו 'ספרדים', די אידן וואס זענען געקומען פון שפאניע. צום סוף האבן זיך ביידע געמיינדעס צוזאמגעמישט) אידישער געמיינדע, וואס איז אפט דערמאנט געווארן דורך פריע רייזנדע, אזוי ווי פתחיה פון רעגענסבורג (1180) און שמואל בן שמשון (1211). די געמיינדע האט געהאט פעלדער, גערטנער, און וויינגערטנער; אין צוגאב צו פארמעריי, האבן די אידן פון זשובאר געארבעט אלס האנטווערקער און זענען געווען פארנומען אין האנדל און פּעדלען אין די נאענטע דערפער. נאך דער פארטרייבונג פון די אידן פון שפאניע, האבן זיך עטליכע פאמיליעס באזעצט אין זשובאר. ביים אנהייב פון דעם 16טן יארהונדערט האט דאס דארף געהאט א באפעלקערונג פון בערך 60 פאמיליעס.

די שטאט דזשאבאר איז געווען מערסטנס אידיש. דער היסטאריקער שאמס איבן טולון אל-דימאשקי, וועלכער איז געשטארבן אין ה'ש"ו, האט געשריבן: "דזשאבאר איז א אידיש דארף מיט א געוויסע מוסולמענישע אנוועזנהייט"[1].

אין של"ט איז אהינגעקומען רבי ישראל נאג'ארה, און האט דארט געדינט אלס רב, חזן, און סופר הקהילה פאר לאנגע יארן.

דזשאבאר איז געווען בארימט פאר איר "אליהו הנביא" שול וואס געפינט זיך אויבן אויף א הייל, וואס איז געבויט געווארן, אדער ווידער באנייט געווארן, דורך רבי אלעזר בן ערך[2]. די מסורה פארבינדט דעם שול מיט דעם נביא אלישע. דמשׂקער אידן האבן צוגעשריבן ספעציעלע כוחות צו דער שול און עס איז געווען א מנהג פאר זיי צו האלטן שבת תפילות דארט. די שול האט באזיצט א "טאדזש", אדער "כתר תורה", דאס הייסט, א באלויכטענע תנ"ך אויף פארמעט, געשריבן אין 1252. דער ארט איז אויך הייליג פאר די קראים.

דער רב און רייזנדער רבי משה באסולא שילדערט דער שטאט אין איר שול:

"א מיל אוועק פון דמשק איז דא אַן ארט גערופן גובר, א קהל פון מסתערבים בערך זעכציג בעלי בתים. דארט איז דא א זייער שיינע שול, כ'האב קיינמאל געזען אזוינס. עס איז געבויט מיט זעקס זיילן אויף דער רעכטער זייט און זיבן אויף דער לינקער. בראש בית הכנסת איז דא א שיינע הייל. מען זאגט אז דארט האט זיך אליהו ז"ל באהאלטן [ווען ער איז אנטלאפן פון קעניג אחאב], און אז די ארטיגע שול איז פון די צייטן פון אלישע. [ביי דער אריינגאנג צו דער שול, האלב וועג ארויף פון דער רעכטער וואנט], איז דא א [אומרעגולער-געפארעמטער] שטיין, [וואו מען קען זען דעם איינדרוק פון עטליכע פיסטריט]. מען זאגט אז אויף איר האט אלישע געזאלבט חזאל [קעניג פון ארם, אוראלטע סיריע]. די שול איז שפּעטער רעסטארירט געווארן דורך רבי אלעזר בן ערך. ומה נורא המקום ההוא, לויט ווי פילע מענטשן האבן מיר געזאגט האט די האנט פון די שונאים קיינמאל נישט געהאט קיין שליטה דערויף און פילע ניסים זענען געשען דערין. אין יעדן עת צרה זאמלען זיך די אידן איין דערין ואין מזיק."[3]

אין דעם 20סטן יארהונדערט האבן אידן אויפגעהערט דארט צו וואוינען, אבער א שמש איז געבליבן פאראנטווארטליך אויף דער שול און דעם גרויסן בית־עולם. איינוואוינער פון דמשׂק און אידישע באזוכער פון אויסלאנד האבן פארגעזעצט זייערע פּילגרימאַזשן צו דער שול און צום דאָרף; לויט באריכטן, זענען דא עטליכע טיפערע שיכטן פון קברים און מצבות אונטער די זעבארע מצבות אינעם בית־עולם, וואס גייען צוריק צו דער פריער אידישער באזעצונג.

ביבליאגראפיע

י. בן־צבי, מחקרים ומקורות (1966), 578–81; הנ"ל, שאר ישוב (1965), 484-8.

רעפערענצן

  1. Yosef Bitton, Rabbi Israel Najara (1555-1625) and the Jobar Synagogue, אויף Halakha of the Day, ‏June 14, 2015
  2. זעט רשב"ץ, מגן אבות, אבות ב, ח; שו"ת המבי"ט חלק ג, צט
  3. רבי משה באסולה, מסעות ארץ ישראל, יערי, ע' 152–153.