רבי ישראל נאג'ארה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי ישראל בן משה נאג'ארה
געבורט ארום ה'ש"י
צפת, אָטאָמאַנישע אימפּעריע
פטירה ה'שפ"ח
עזה, אָטאָמאַנישע אימפּעריע
תחומי עיסוק פּייטן, דרשן, מפרש התנ"ך, רב, סופר
ספרים זמירות ישראל, משחקת בתבל, שוחטי הילדים, שארית ישראל, פצעי אוהב
בני דורו אר"י הקדוש, רבי חיים וויטאל
טאטע רבי משה בן לוי נאג'ארה
מאמע טאכטער פון רבי ישראל די קוריאל
קינדער רבי משה נאג'ארה דער צווייטער, רבי לוי נאג'ארה

רבי ישראל נאג'ארה (ארום ה'ש"י–ה'שפ"ט) איז געווען א גרויסער פייטן און דיכטער פון זיין צייט און פון אלע צייטן, און איז באקאנט אלס "נעים זמירות ישראל". ער איז אויך געווען א מפרש פונעם תנ"ך, א דרשן, און דער רב פון דער אידישער קהילה אין עזה.

ר' ישראל האט געשפילט א שטארקע ראלע אין אויספארמירן די פאעזיע אין לשון קודש נאך דער גירוש ספרד. ער האט געמאכט א רעוואלוציע אין זמירות און שירי קודש, דורכ'ן גוט צופאסן זיינע ווערטער צו מוזיק, און דורך נוצן ליבע-באגריפן פון סעקולארער פאעזיע. זיינע זמירות זענען דורכגעדרינגען אין רוב קהילות. זיין געשטאלט, וואס איז בחייו געווען קאנטראווערסיעל, איז נאך זיין טויט געווארן געערט, און זיין פאעזיע איז געווארן א מוסטער פאר שירי קודש. זיין ליד "יה ריבון עלם" בלייבט איינער פון די מערסט געזונגענע פיוטים אין אידישע געמיינדעס.

ביאגראפיע

זמירות ישראל … והוא להרב ישראל נאגאר"ה שהיה מ"ץ בק"ק עזה והיה מריץ אגרותיו לרבינו בצלאל אשכנזי ולהרב מהריט"ץ כנראה בקונט' מימי ישראל אשר בסופו, וכתבו משם רבינו האר"י זצ"ל אשר שירותיו חשובות בשמים וכו'. והרב מנחם די לונזאנו בס' שתי ידות משיג עליו בענין השירים. והרב ישראל הנזכר הוא בנו של הרב החסיד מגורי האר"י זצ"ל הרב המחבר לקח טוב… והרב ישראל הנזכר הי"ל איזה חבורים כמו שתראה בהקדמתו לזמירות ישראל ועוד יש חלק שני מפיוטיו בכ"י ונקרא שארית ישראל.

רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת ספרים אות ז', סעיף כז, ערך "זמירות ישראל"

רבי ישראל נאג'ארה איז געבוירן געווארן און אויפגעוואקסן אין צפת, וואס איז דעמאלט געווען אונטער דער אָטאָמאַנישער אימפעריע[1]. דער משפחה-נאמען צייגט אז זיי האבן געשטאמט פון נאכערא (Nájera), א שטאט אין צפון שפאניע אויפ'ן נאכערילא טייך. עס איז אנגענומען אז רבי ישראל'ס זיידע, רבי לוי נאג'ארה, איז געבוירן געווארן אין שפאניע און איז געווען פון די פארטריבענע פון שפאניע אין ה'רנ"ב, און ער איז אנטלאפן קיין דמשק. רבי ישראל'ס פאטער, רבי משה בן לוי, איז געבוירן געווארן אין סאַלאָניקי, גריכנלאנד, און אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך אריבערגעצויגן מיט זיין משפחה קיין צפת און איז געווען פון די נאנטע תלמידים פונעם אר"י הקדוש[2]. זיין זיידע פון זיין מוטערס זייט, רבי ישראל די קוריאל, איז געווען פון די גרויסע רבנים אין צפת, און איינער פון די פיר חכמים וואס האבן באקומען סמיכה פון מהר"י בירב.

ר' ישראל נאג'ארה האט געלערנט ביי זיין פאטער און ביי זיין זיידן אין צפת. אין קעגנזאץ צו זיין פאטער, האט ער נישט ארויסגעוויזן קיין אינטערעס צו חקירה[3]. אלס יונגערמאן האט ער זיך אויך באקענט מיט אראבישער דיכטונג און פאעזיע. אין יאר של"א–של"ה איז ר' ישראל מיטגעפארן מיט זיין פאטער קיין קושטא צו דרוקן זיין פאטער'ס ספר "לקח טוב", און דארט האט ער צוגעגעבן א הקדמה-ליד צום ספר, וואס איז ווארשיינליך זיין ערשטער באקאנטער ליד[4].

אין זיינע יונגע יארן איז ער אריבער קיין דמשק מיט זיין פאטער רבי משה, וועלכער איז געווארן רב דארט, און ר' ישראל איז געווארן דער שליח ציבור אין דער שפאנישער קהילה דארטן. פאר א שטיק צייט האט ער ארומגעוואנדערט ביי קהילות אין דער אטאמאנישער אימפעריע: ער האט באזוכט אין סאַלאָניקי, חלב, בורסא, קושטא, און אין מצרים. אין בורסא האט ער געטראפן און ווארשיינליך געלערנט מיט דעם יונגן פייטן רבי יוסף גאנסו. דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין דמשק פאר א קורצער צייט, און שפעטער איז ער צוריק קיין צפת, וואו ער האט חתונה געהאט און עס איז אים געבוירן געווארן א טאכטער[5]. ער האט געלעבט אין דער צייט פונעם אר"י הקדוש און רבי יוסף קארו.

נאך אן אטאקע אויף די אידן פון צפת דורך אן אראבישן שבט אין של"ט האבן די נאג'ארהס פארלאזט די שטאט. צוליב זיין פאטער'ס פּאזיציע אלס רב אין דמשק האט ר' ישראל זיך באזעצט אין דזשאָבאַר, א פאָרשטאָט פון דמשק, וואו ער האט געדינט אלס חזן, רב, סופר און סעקרעטאר פון דער קהילה, פאראנטווארטליך פאר'ן שרייבן די קהילה בריוו און קאמוניקירן מיט אנדערע קהילות. ער האט אויך געהאלטן פילע דרשות אין וועלכע ער האט געוועבט טיפע תלמודישע אידעען מיט פילאזאפיע און אידישע מיסטיק. זיין פאקוס איז געווען אויף מוסר — די עטישע און מאראלישע לערנונגען פון תלמוד. רבי ישראל האט געצילט צו לערנען און אינספירירן מענטשן צו פארבעסערן זיך און זייער כאראקטער. ער האט אפט באטאנט די וויכטיגקייט פון צדקה, קעגנזייטיגע פינאנציעלע שטיצע, און גמילות חסדים, ווי ביקור חולים, ניחום אבלים, און נאך[6].

דאס לעבן פון רבי ישראל נאג'ארה איז נישט געווען לייכט. ער האט געליטן פון קינדער-פארלוסט, ארעמקייט, און רדיפות פון גדולים אין זיין תקופה, אזוי ווי רבי חיים וויטאל. זיין ערשטע ווייב איז אוועק יונג, און זיין איינציגע טאכטער פון דעם זיווג איז נפטר געווארן אין עלטער פון צען יאר. שפעטער האט ער ווידער חתונה געהאט, און געהאט עטליכע קינדער, פון וועלכע איינער, יעקב, איז געשטארבן פון פּאָקן ביי די דריי יאר אלט, און רבי ישראל האט אים באוויינט אין א קינה. עטליכע קינדער פון דער צווייטער זיווג האבן יא אויסגעלעבט די יארן[7].

אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך באזעצט אין עזה און איז געווארן ראב"ד און רב פון דער קהילה. דאס שטאט עזה איז אין יענע צייט באטראכט געווארן אלס שוואך אין רוחניות און תורה'דיגן גייסט[8]. אין עזה האט ער אנטוויקלט א פריינדשאפט מיט רבי אברהם אזולאי וועלכע אין אין יאר שע"ט אהין אנטלאפן פון חברון און ירושלים. די קשר ווערט באוויזן דורך א קורצער ליד וואס ר' ישראל האט געשריבן לכבוד ר' אברהמ'ס ספר "אור החמה"[9].

נאך זיין פטירה ארום שפ"ח, האט אים זיין זון רבי משה נאג'ארה, אויך א פייטן, איבערגענומען אלס רב. זיין אייניקל ר' יעקב בן משה איז געווען אַן ענטוזיאסטישער שטיצער פון נתן העזתי און שבתי צבי, און האט דאקומענטירט ש"ץ'ס מנהגים, אריינגערעכנט דאס זינגען ר' ישראל'ס פיוטים[7][10].

פון דאס וואס זיינע פיוטים זענען געשריבן אין מעטערס פון פארשידענע לאַדינאָ, טערקישע, און גריכישע לידער, איז קענטיג אז רבי ישראל האט געקענט עטליכע פרעמדע שפראכן. אויפוואקסנדיג אין צפת איז ער געקומען אונטער דעם ברייטן השפעה פון קבלת האריז"ל. ווי עס איז קענטיג פון זיינע ווערק איז ער געווען א למדן, און ער האט זיך געשריבן מיט פילע רבנים און פערזענליכקייטן פון זיינע צייט, אריינגערעכנט רבי בצלאל אשכנזי, רבי יום טוב צהלון, משה חמון, און מנחם חפץ[11].

רבי ישראל נאג'ארה איז באגראבן געווארן אין עזה, און זיין קבר איז געווען באקאנט אין דעם בית הקברות פון עזה. נאך דער סיני מלחמה זענען אידן געקומען צו באזוכן זיין קבר, אבער נאך דעם ווי עזה איז צוריקגעגעבן געווארן אונטער'ן עגיפטישן הערשאפט האבן די עגיפטער אויפגעאקערט דעם קבר, און נאך דער זעקס-טאגיגער מלחמה איז זיין קבר-ארט נישט געווען באקאנט. עס איז געווען א שמועה אז מדינת ישראל ווייסט וועגן זיין קבר און קלויבט אויס עס צו פארהוילן. ישראל מאיר גבאי האט געזאגט אז עס געפינט זיך לעבן דער אלטער מעטשעט אין די סאַדזשאַאיאַ געגנט, וואס איז געווען דער אלטער בית החיים פון עזה. עס קען זיין אז איבערבלייבענישן פונעם בית הקברות עקזיסטירן, אבער דעם ארט פון דעם קבר אליין איז אומבאקאנט[12]. עס ווערט דערציילט אז ארום תשכ"ט האט דער וויזשניצער רבי דער "אמרי חיים" באזוכט זיין קבר אין עזה און געזונגען זיין פיוט "קה רבון"[13].

עס זענען פארהאן גאסן אין פארשידענע שטעט אין ארץ ישראל וואס טראגן זיין נאמען, אריינגערעכנט ירושלים, תל אביב, חולון, רעננה און רחובות.

זיינע ווערק

ר' ישראל נאג'ארה איז געווען א גאר פראדוקטיווער שרייבער און האט מחבר געווען ספרים אין פארשידענע געביטן; פירושים אויף תנ"ך, דרוש, און הלכה. אבער ער איז בעיקר בארימט צוליב זיין ריזיגער פאעטישער יצירה, און ער ווערט געזען אלס דער גרעסטער פייטן נאך דעם גירוש שפאניע.

פאעטישע זאמלונגען

ר' ישראל האט מחבר געווען איבער טויזנט לידער, פילע פון זיי אין אראמיש. זיינע הויפט געדיכטן זענען שירי קודש, וועלכע זענען דורכגעווייקט מיט אמונה, באציאונגען צו אידישע ליידן, און בענקשאפט פאר דער גאולה. גלות און גאולה נעמען א וויכטיגן ארט אין זיינע לידער, אבער ער האט אויך געשריבן פילע מוסר לידער און שבח און הודאה צו ה', צווישן זיי לידער וואס דערמאנען זיין אייגענעם טאלאנט אלס א דיכטער[10]. אין זיינע יונגע יארן האט ער אויך געשריבן א צאל סעקולערע לידער. דער סטיל פון זיינע שאפונגען זענען בעיקר באאיינפלוסט פון שפּאנישער און אראבישער פאעזיע מיט זייער געבוי און אינהאלט, אבער ער האט אויך גענוצט אייגנארטיגע פארמען און טעמעס[14].

ער האט זיך באנוצט מיט אן אייגנארטיגן טעכניק, קאָנטראַפאַקטום (Contrafactum), דאס מיינט איבערצוקערן א סעקולערע ליד צו א רעליגיעזע דורך ענדערן די ווערטער[15]. ער האט גענוצט פארשפרייטע פאלקס-לידער אין שפאניש, לאדינא, טערקיש, און אראביש – אריינגערעכנט ליבע-לידער מיט צווייפלהאפטיגע אינהאלט – און האט צוגעפאסט ווערטער מיט א הייליגן תוכן צו די ניגונים. אויפ'ן שער־בלאט פונעם ערשטן מהדורה פון "זמירות ישראל" האט ער שוין אנגעגעבן אז דאס איז א זאמלונג פון פּיוטים און לידער "מיוסדים על אדני אופני ניגוני ערב ותוגרמה" – דאס הייסט, געגרינדעט אויף אראבישע און טערקישע מעלאדישע מאָדאַליטעטן, און אינעווייניג האט ער פאר יעדע פיוט אנגעגעבן לויט וועלכן גוי'אישן ליד דער פיוט איז פארפאסט, ווי אויך דער מקאם (מוזיקאלישער שטייגער) דערפון (אין די מוסלעמישע לענדער, אין יענע צייטן, האט מען נישט געשריבן מוזיק אין נאָטן. אנשטאט דעם האט מען געשריבן די עפענונגסווערטער פון אַן אנדער ליד, וועמענס מעלאָדיע האט געדינט אלס מוסטער). כאטש ער איז נישט געווען דער איינציגער צו נוצן דעם מעטאד, האט ער זיך אבער אויסגעצייכנט דערמיט סיי אין צאל און סיי אין קוואליטעט.

ווי רבי ישראל זאגט אין דער הקדמה צו זיין ספר "זמירות ישראל", איז זיין ציל געווען צו אפקערן די אידישע יוגנט פון סעקולערע לידער. ער האט דאס געטון דורך פארפאסן שירי קודש צו די מעלאדיעס וואס זיי זענען געוואוינט געווען צו הערן[16]. דער מוזיקאלישן טאן איז נישט בלויז א באגלייטונג צום טעקסט, נאר טוט אויך טיף פארקערפערן דעם טעקסט'ס אינהאלט[17].

דער ספר "זמירות ישראל", זיין הויפט זאמלונג פון געדיכטן און פיוטים, איז געדרוקט געווארן בחייו אין דריי (אדער פיר) אויפלאגעס, און אויסער דעם איז עס קאפירט געווארן שריפטליך אין פילע קהילות[18]. די ערשטע אויסגאבע איז געווען אין צפת אין שמ"ז און האט אנטהאלטן 109 פיוטים[19]. די צווייטע אויסגאבע איז געווען אין סאַלאָניקי אין שנ"ד. די דריטע פארגרעסערטע אויסגאבע אין ווענעציע (שנ"ט–ש"ס)[20] האט אנטהאלטן 346 פיוטים און איז צעטיילט אין דריי חלקים: (1) "עולת תמיד", 225 פיוטים פאר וואכנטעג, ארגאניזירט לויט'ן אָטאָמאַנישן מקאם סיסטעם; (2) "עולת שבת", 54 פיוטים פאר יעדן שבת פון יאר; (3) "עולת חודש": 160 פיוטים און קינות פאר די ימים נוראים, פורים, תשעה באב, און פארשידענע געלעגנהייטן.

ר' ישראל האט איבערגעלאזט אין כתב יד "שארית ישראל", א גרויסע זאמלונג פון לידער, וואס האט געזאלט זיין דער צווייטער טייל פון זמירות ישראל, אבער ער האט עס נישט עספיעט צו דרוקן. די גרויסע צאל מאנסקריפטן וואס ברענגען אראפ לידער פון "שארית ישראל" צייגט אויף די גרויסע פאפולאריטעט פונעם משורר אין די אויגן פון זיין דור און די קומענדיגע נאך אים[21]. אין שפעטערדיגע תקופות זענען פארעפנטליכט געווארן פיל פון די פיוטים דורך פארשידענע פארשער[22]. אין תשפ"ד איז ערשינען דער ספר "שארית ישראל – מזמירות ישראל", מיט 418 לידער, אלס טייל פון א פארש-ארבעט דורך טובה בארי און עדווין סערוסי[23]. איין ליד דערפון איז "ימלט אי נקי", וואס איז געווידמעט פאר ארץ ישראל און דעם ווילן ס'זאל זיך מערן שמחות ביי אידן[18].

אנדערע ווערק

רבי ישראל נאג'ארה האט אויך געשריבן ספרים אין הלכה, מוסר און דרוש. זיינע פּירושים אויף דער תורה זענען כמעט נישט געבליבן. צווישן די ערשינענע חיבורים זענען:

  • משחקת בתבל – אַן עטישע פאעמע וועגן דער נישטיגקייט פון דער וועלט אין פּראזע מיט גראמען, געדרוקט געווארן סוף "זמירות ישראל" (צפת, שמ"ז).
  • פצעי אוהב (איסטאנבול, שנ"ח) – א פירוש אויף איוב[24].
  • מימי ישראל (ווענעציע, שס"ה) – אן אויטאביאגראפישן-ליטערארישן חיבור פון רעטאָרישע בריוו מיט סעקולערע און ליבע-לידער, קאמפּאנירט אין זיין יוגנט, און צוגעלייגט צו דער דריטער אויסגאבע פון זמירות ישראל. צעטיילט אין זעקס חלקים: מי השילוח (צו פייטנים און פאעטן), מי מנוחות (צו פארשידענע מענטשן), מי מריבה (וועגן מוסר און שלום), מי מצור (העלפן קהילות אין קריזיס), מי זהב (בעטן צדקה פאר ארעמע לייט), מי המרים (טרייסט בריוו)[25].
  • כלי מחזיק ברכה (ווענעציע, ש"פ) – הלכות פון און א פירוש אויף ברכת המזון[26].
  • מקוה ישראל – א זאמלונג פון פערציג דרשות וואס ער האט געגעבן אין דער דזשובאר שול (די היברובוקס סקען אנטהאלט נאר פינף דרשות. בר אילן אוניווערזיטעט האט איבערגעדרוקט דעם פולן ספר, תשס"ד).
  • שוחטי הילדים (אמסטערדאם, תע"ח) – א קליין ספר מיט די הלכות פון שחיטה און ניקור אין גראמען, געשריבן אין א לייכטער שפראך פארשטענדליך אפילו פאר קינדער.
  • פזמונים (וויען, תרי"ח) – א זאמלונג פון 120 זמירות.
  • מערכות ישראל (אין כתב יד, פארלוירן) – על התורה.

פון זיינע הלכה תשובות געפינען זיך אין די שו"ת פונעם מהריט"ץ, מיט וועמען ער האט זיך געשריבן אין הלכה.

פאפולאריטעט

זיינע פיוטים זענען שנעל אויפגעכאפט געווארן, און געווארן גאר איינפלוסרייך. זיי זענען געווען זייער פאפולער צווישן אידן, פון אינדיע אין מזרח ביז מאראקא אין מערב. מען האט זיי געזונגען אויף שבתות, ימים טובים, ביי שירת הבקשות (העב') און ביי משפחה שמחות. דאס זינגען פיוטים, ספעציעל אין שבת און יום טוב, איז געווען א פאפולערע פארעם פון פארוויילונג צווישן משפה און פריינט אין יענער תקופה[18]. צענדליגער כתבי יד פון זיינע לידער זענען קאפירט געווארן אין צפון אפריקע און קאטשין אין אינדיע, איבערגעזעצט אין פערסיש-אידיש, און עס זענען אויך דא קאראאישע, אשכנזישע, תימנ'ער און איטאליענישע קאפיעס.

אכט פיוטים פון זמירות ישראל זענען פארעפנטליכט געווארן אונטער'ן נאמען "תפילות נוראות" אין פראנקפורט אין יאר תע"ב[27]. די פילע קאפיעס זענען לעבעדיגע עדות אויף דער פארשפרייטונג פון זיינע לידער און זייער אקטיווער אנוועזנהייט אין די ערטער[23]. פאעזיע אין לשון הקודש ביי די עדות המזרח שטיצט זיך שטארק אויף זיין ארבעט און זיינע חידושים, ביז די לעצטע צייטן[28].

זיין אראמישע זמר, "י-ה רבון עלם ועלמיא", אין וועלכן עס קומט צום אויסדרוק די בענקשאפט צו דער גאולה, איז פון די באקאנטסטע פיוטים אין דער וועלט. כאטש ער איז געווען א ספרדישער דורכאויס, איז דער דאזיגער פיוט איינגעפירט געווארן אויך ביי די אשכנזישע קהילות און ווערט געזונגען יעדן שבת. כאטש דער פיוט דערמאנט נישט שבת, און איז נישט געמאכט געווארן דווקא פאר שבת, איז ער געווארן א טייל פון די שבת'דיגע זמירות. צענדליגער ניגונים זענען געווארן און ווערן נאכאלס קאמפּאזירט צו דעם פיוט[29]. אין "זמירות ישראל" זעלבסט איז דער ניגון דערצו אראביש, אין מקאם ראַשט.

אין דעם ספר זמירות ישראל איז אויך דא זיין באקאנטן פיוט "ירד דודי לגנו", אויך באקאנט אלס די "כתובה לחג השבועות", וואס איז א פאעטישע פאראדיע וואס באשרייבט די תנאים צווישן ישראל און גא-ט[30]. עס געפינט זיך אין ספרדישע און תימנישע סידורים און מען ליינט דאס אין פיל קהילות פון עדות המזרח אויף שבועות. ענליכע כתובות זענען אינספירירט געווארן פון זיין ווערק, א שטייגער ווי דער נוסח פון שטר תנאים און כתובה וואס איז איינגעפירט צו ליינען אום שבועות אין די סיגוט-סאטמארער הויפן, וועלכע איז בטעות צוגעשריבן געווארן צו ר' ישראל[31].

אנדערע באקאנטע פיוטים זיינע זענען "יערת דבש"[32], "יודוך רעיוני"[33], "יעלה בואי לגני"[34], ידידי רועי מקימי[35], "יעלם שבני"[36], און "יונתי זיו יפעתך", דער טראדיציאנלער חתונה ליד אין די קהילות פון מומביי און אפגאניסטאן[37].

רבי שלום דובער שניאורסאן (רש"ב) פון חב"ד האט קאמפּאזירט א ניגון אויף ר' ישראל'ס "ידידי רועי מקימי", א פיוט וואס דרוקט אויס די בענקשאפט פון כלל ישראל אין גלות צו גאט און ענדיגט זיך מיט א בקשה אויף די בויאונג פונעם בית המקדש און ביאת המשיח[38]. דער ניגון איז געזונגען געווארן מיט גרויסע רגש און טרערן דורך חסידים אין ליובאוויטש, בפרט נאך דער הסתלקות פון מהר"ש[39].

רבי ישראל'ס אריבערציען זיך קיין עזה אין זיינע לעצטע יארן האט אויסגעשטעלט זיינע אייניקלעך צו דער שבתאישער באוועגונג. די שבתאים און פראנקיסטן האבן אים שטארק געשעצט; שבתי צבי אליין האט אזוי ליב געהאט איין פון זיינע לידער, "יגלה כבוד מלכותך", אז ער האט עס געמאכט פאר זיינס א הימנע[40].

קריטיק

רבי ישראל'ס נייע איינפירונגען, הויפטזעכליך זיין נוצן וועלטליכע און אפילו "וואולגארישע" ניגונים פאר הייליגע ווערטער, האבן ארויסגערופן שטארקע קריטיק. רבי מנחם די לאָנזאַנאָ פון דמשק, וואס איז אויך געווען א גרויסער בעל מנגן, האט שטארק קריטיקירט זיינע סטיל. כאטש ער האט נישט געהאט קיין פּראבלעם מיט'ן נוצן גויאישע מעלאדיעס פאר הייליגע לידער, און האט אפילו באוואונדערט די רוחניות'דיגע ווירקונג פון טערקישער מוזיק, האט ער זיך קעגנגעשטעלט ר' ישראל'ס עקסטרעמע סינטעזע, וואס האט אויך צוגעפּאסט די לשון-קודש ווערטער צו די קלאנגען פון די לועזישע הברות, און דאס נוצן גשמיותדיגע אויסדרוקן אין שירי קודש, למשל אין זיינע זמירות וועגן דער חתונה פון דער באשעפער און כלל ישראל[41][42][43]. רבי ישראל פארטיידיגט זיך פון די קריטיק אין די הקדמות צו זיינע ספרים, ערקלערנדיג אז ער גיט פאסיגע טעקסטן צו די פאפולערע ניגונים כדי צו הייליגן זיי און דאס איז נויטיג פאר די רוחניותדיגע באדערפענישן פון ציבור.

רבי חיים וויטאל האט אויך געהאט א שטארק נעגאטיווע מיינונג וועגן רבי ישראל נג'ארה. אין זיין "ספר החזיונות" ברענגט ער פון א פרוי וואס אריין אין איר א רוח (א דיבוק), וועלכע באשולדיגט ר' ישראל אין שווערע עבירות, אריינגערעכנט שכרות, ניבול פה, חילול שבת, זיך קריגן מיט זיין ווייב, אוממאראלישע מעשים, און באציאונגען מיט א גוי'טע[44]. ר' חיים וויטאל שרייבט, אז דער רוח האט אויך געזאגט אז ר' ישראל האט צוגעגרייט א מאלצייט אין בין המצרים, און ער האט געזונגען הויך, געגעסן פלייש, געטרונקען וויין און זיך אנגע'שיכור'ט. ר' חיים גיבט אָן אז ר' ישראל האט צו אים מודה געווען אז די אינצידענט איז פארגעקומען. אבער, ר' חיים וויטאל זאגט נישט צי ער האט געפרעגט ר' ישראל וועגן די מער ערנסטע באשולדיגונגען[45].

פון דער אנדערער זייט, האט דער אר"י הקדוש געהאט א פאזיטיווע מיינונג אויף אים, און ער האט געזאגט אז ער איז א נצוץ פון דוד המלך עליו השלום און אז זיינע פיוטים זענען געזאגט געווארן מיט רוח הקודש[46]. אין חמדת ימים ווערט דערציילט אז דער אר"י האט אמאל א פרייטאג צונאכטס געזען טויזנטער מלאכים גיין אראפ און ארויף צו הערן דאס זינגען פון רבי ישראל נאג'ארה, ווייל זיינע זמירות זענען געווען מיט רוח הקודש. דאן האט דער אר"י באמערקט אז די מלאכים זענען אוועקגעגאנגען, וויבאלד רבי ישראל האט געזונגען ביים טיש מיט אויפגעדעקטע ארעמס און אן קיין הוט, און דער אר"י געשיקט צוויי תלמידים זיינע אים צו זאגן דערוועגן. ווען ר' ישראל האט דאס געהערט האט אים באנומען א ציטערניש, ער האט זיך אוועקגעזעסן מיט דרך ארץ און זיך צוריקגעקערט צו זיין געזאנג, און די מלאכים האבן זיך גלייך אומגעקערט, פרייליך ווי ביי א חתונה. דער אר"י מיט זיין תלמיד האבן דאס געזען און זיך פארוואונדערט[47].

דער חמדת ימים אליין שרייבט: "די קדמונים וכל בעלי השיר האבן שוין פארפאסט ספּעציעלע פיוטים צו זינגען שבת און פון זיי אלע האט מיר נישט געפאלן, בלויז די פיוטים פון בעל זמירות ישראל דאית בהון קבלה אמיתית, און דער איש המשכיל ישכיל בם אז עס זענען פארהאן פילע פון זיי וואס מען זאל נישט זאגן און שבתות און ימים טובים, און ער האט זיך פארלאזט על עין המשכיל"[48].

נאך זיין פטירה איז זיין געשטאלט געווארן געערט און זיין שירה איז געווארן א מאדעל פאר שירי קודש. ר' ישראל'ס פיוטים זענען אויך אויסגעלויבט געווארן דורך ר' יהודה אריה (לעאָן) דע מודינא, וועלכער האט געזאגט אויף אים: "לא קם בישראל כישראל"[49].

דער חתם סופר פלעגט אנהייב נישט זינגען דעם פיוט "יה רבון עלם". ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס, האט ער געזאגט: "איידער איך וועל ענטפלעקן מיין טעם, איז מיר ענדערש אז איר זאלט עס זינגען"[50].

גאון און בניהו פארטיידיגן ר' ישראל און שלאגן פאָר אז זיינע קריטיקער האבן אים אפשר מקנא געווען צוליב זיינע דרשות און די פילע מענטשן וואס זענען זיך צוזאמענגעקליבן ביי אים[51].

אין דער מאדערנע צייט האט חיים נחמן ביאליק (א סעקולערער העברעאישער פאעט פון 20'סטן יארהונדערט), אין זיין ארטיקל "שירתנו הצעירה", שארף קריטיקירט ר' ישראל'ס עפנטליכקייט צו די קולטורן פון די גוים. ער האט זיך באקלאגט אז רוב פון ר' ישראל נאג'ארה'ס זמירות זענען פארקריפלונגען און ענדערונגען פון לידער ווי אן איטאליענישער "דאן זשואן" זינגט צו זיין "סעניארא" הינטער'ן פענסטער, אבער ר' ישראל נאג'ארה זינגט מיט אש אויפ'ן קאפ, אין דער זעלבער מעלאדיע און אין לשון הקודש, צו קודשא בריך הוא ושכינתיה ביים ארון הקודש ביי תיקון חצות[52].

ביבליאגראפיע

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
  2. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים מערכת סופרים אות מ', סעיף קסא.
  3. מלאכי, מקובלים, 108.
  4. מבוא, שארית ישראל, תשפ"ד, עמ' 22, הערה 2.
  5. זעט בניהו, תש"נ, רה–רז.
  6. Yosef Bitton, Rabbi Israel Najara (1555-1625) and the Jobar Synagogue, אויף Halakha of the Day, ‏June 14, 2015
  7. 7.0 7.1 טובה בארי, "בן בלתי ידוע של ר' ישראל נג'ארה: ר' לוי בן ישראל ופיוטיו", תרביץ סד(ב), טבת-אדר תשנ"ה, עמ' 275–300‏, JSTOR 23600680.
  8. זעט רבי יוסף טראני, תשובות מהרי"ט, ח"א, סי' מז סוף תשובה.
  9. דב זלוטניק, "'אהבת הטוב והערב והמועיל': בכתבי ר' ישראל נאגארה ור' אברהם אזולאי", תרביץ מד‎, חוברת א/ד‎ (תשרי-אלול תשל"ה), עמ' 182–188‏, JSTOR 23594970.
  10. 10.0 10.1 טובה בארי, מבוא לשירי ר' ישראל נג'ארה, אתר הפיוט והתפילה.
  11. "Najara", JewishEncyclopedia.com (ענגליש)
  12. זעט מקום קבורת רבי ישראל נג'ארה בעזה אויף אוצר החכמה פארום ; שארית ישראל, תשפ"ד, מבוא, ז' 25, הערה 23.
  13. יעקב אבוביץ, ‏מרתק: כשהאדמו"ר ה'אמרי חיים' מויזניץ ביקר בעזה על קבר מחבר הפיוט, אויף JDN‏, ד׳ במרחשוון ה׳תשפ״ד (העברעאיש).
  14. טובה בארי, ‏"היסודות הספרדיים בשירת ר' ישראל נג'ארה", פעמים 49, תשנ"ו, עמ' 54–67.; הנ"ל, "לשאלת המסד הספרדי בשירת ר' ישראל נג'ארה: הערכה מחודשת", מחקרי ירושלים בספרות עברית לב, תשפ"א, עמ' 359–377‏, JSTOR 27075110.
  15. Ofer Ronen, Contrafactum, אויף JMRC
  16. טובה בארי, ‏"גלגוליו של הקובץ שארית ישראל לרבי ישראל נג'ארה", ספר זכרון לפרופ' מאיר בניהו, חלק ב: קבלה ומחשבת ישראל ספרות, שירה, פיוט ותפילה (ירושלים: יד הרב ניסים, תשע"ט), 1085–1094
  17. אילת אטינגר, שירים / רבי ישראל נג'ארה, אויף תרבות.il, ‏סעפטעמבער 7, 2019.
  18. 18.0 18.1 18.2 יצחק טסלר, "בעיני יהודי המזרח הוא היה כוכב עליון": הפיוטים האחרונים של רבי ישראל נג'ארה, אויף ynet, אפריל 9, 2024.
  19. זמירות ישראל, צפת, שמ"ז.
  20. זמירות ישראל, ווענעציע, שנ"ט–ש"ס. א שפעטערע אויסגאבע איז בעלגראד, תקצ"ח.
  21. טובה בארי, ‏"בין זמירות ישראל ל־שארית ישראל לר' ישראל נג'ארה", שירת דבורה: מתנת ידידות והוקרה לפרופסור דבורה ברגמן, הוצאת הספרים של אוניברסיטת בן־גוריון, תשע"ט, עמ' 58–70.
  22. ווי אין אשר בן-ישראל, שירת הח"ן, צפת, תרע"ח, עמ' 23–58; דוד ילין, "עשרים שירים משירי 'שארית ישראל' לר' ישראל נג'ארה", מחקרים לזכרו של ר' עמרם קוהוט, ניו־יורק תרצ"ו, עמ' נט-פח; ישראל דאווידזאן, "שירי תקוה: מן "שארית ישראל" לר' ישראל נגארה", ספר היובל לפרופיסור שמואל קרויס, ירושלים: ראובן מס, תרצ"ז, עמ' 193–210; יצחק מנדלסון, "שירים מר' יצחק בן יהודה אבן גיאת ומר' ישראל בן משה נג'ארה", חורב ט (ניסן תש"ו), עמ' 50–58; אהרן מירסקי, "עשרת שירים לרי ישראל נג'ארה", ספר איש התורה והמעשה...משה אוסטרובסקי, עמ' קכה–קלב (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע); אהרן מירסקי, "שירי גאולה לרבי ישראל נאג'ארה: יוצאים לאור על-פי כתבי-יד", ספונות ה, יד יצחק בן-צבי, תשכ"א, עמ' רז–רלד‏, JSTOR 23415124; "שירי נגר ובר נגר", ספונות ו, תשכ"ב, עמ' רז–רלד‏, JSTOR 23415176.
  23. 23.0 23.1 נחם אילן, שירי רבי ישראל נג'ארה מתכנסים לספר אחד, אויף מקור ראשון, ‏סעפטעמבער 2, 2024.
  24. זעט שאול רגב, "'פצעי אוהב' לר' ישראל נאג'ארה", אסופות ד, ירושלים: יד הרב נסים, תש"נ, עמ' שכה–שנו (באגרעניצט צו באַצאָלטע אַבאָנענטן).
  25. רבי יחיאל היילפרין, סדר הדורות, ספרים, א'רכד.
  26. קאנסטאנטין, תצ"ד אויף גוגל.
  27. תפלות נוראות: ושבחות והודאות וזמירות ישראל / מה״ה ... כמוהר״ר ישראל בן הרב ... משה נאגארה ... ; אשר לקט ואסף ... כמוהר״ר משולם זלמן בה״ה ... יעקב אלעזר פישהוף אויערבך ... עם תוספות דבריו, פראנקפורט, תע"ב. זעט: סרוסי און בארי, "ר' ישראל נג'ארה באשכנז".
  28. יוסף יהלום, ‏"ר' ישראל נג'ארה והתחדשות השירה העברית במזרח לאחר גירוש ספרד", פעמים 13, תשמ"ב, עמ' 96–124.
  29. זעט "קה רבון עלם", אשכול אויף אייוועלט.
  30. אָודיאָו דער פיוט ירד דודי לגנו (כתובה לחג השבועות), אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל; Israel Davidson, Parody in Jewish literature, 1907, עמ' 34–36.
  31. Beeri, 2019, 71. זעט סדר התנאים והכתובה שמיוחס לר' ישראל נגארה מי חיבר אויף אוצר החכמה פארום ; "ווער האט מחבר געווען דער נוסח שטר אירוסין ליום טוב שבועות ?", אשכול אויף אייוועלט.
  32. אָודיאָו דער פיוט יערת דבש, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  33. יודוך רעיוני, אין העברעאישער המכלול.
  34. אָודיאָו דער פיוט יעלה יעלה, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  35. ידידי רועי מקימי, אין העברעאישער המכלול.
  36. יעלם שבני, אין העברעאישער המכלול.
  37. אבנר פרץ, "ישראל נג'ארה – המפליא בנגינות: על הפיוט יונתי זיו יפעתך", אתר הפיוט והתפילה; אָודיאָו דער פיוט יונתי זיו יפעתך, אויף הפיוט והתפילה וועבזייטל.
  38. ידידי רועי מקימי, אין העברעאישער המכלול.
  39. ניגון ידידי רועי מקימי, אויף חב"דפדיה.
  40. גרשם שלום, ‏"שיר של ישראל נג'ארה בפי השבתאים", אין Samuel Löwinger and Joseph Somogyi, eds., Ignace Goldziher Memorial Volume, Part I (בודאפעסט: Globus, 1948), 41–44; אדוין סרוסי, "'יגלה כבוד מלכותך': פיוט של ר' ישראל נג'ארה בפי השבתאים ולחניו", תרביץ סב, חוברת ג (ניסן-סיוון תשנ"ג), עמ' 361–379‏, JSTOR 23598755.
  41. מנחם די לונזנו, שתי ידות, ווענעציע, שע"ח, דף קמב.
  42. Beeri, 2019, 62–63.
  43. פדיה, "הטקסט", ז' 103.
  44. שבחי רבי חיים וויטאל, אוסטראה, תקפ"ו, עמ' יט; רבי חיים וויטאל, ספר החזיונות, מהדורת פיירשטיין, מכון בן-צבי, ירושלים תשס"ו, עמ' 68.
  45. Marc B. Shapiro, Hasidism in America, אויף Seforim Blog, ‏October 18, 2017
  46. רבי אליהו האיתמרי פון איזמיר, שבט מוסר, פרק לד, קושטא תע"ב, דף קיא, ד.
  47. חמדת ימים, חלק א, איזמיר תצ"ב, דף עח (פרק ח, אות יב) און חלק ג פרק ג, אות ו–ז; רבי יצחק מאגריסו, ילקוט מעם לעז, ה'תק"ו, פר' ויקהל לח, ג. תר' ללשון קודש, תשכ"ט, עמו' תתתמג; רבי אליעזר פאפו, פלא יועץ (קושטא, תקפ"ד), ערך אכילה. זעט גרשם שלום, ‏"והתעלומה בעינה עומדת", בחינות בביקורת הספרות, ח (1955), עמ' 85–86; בניהו, "רבי ישראל נאג'ארה", 227–229.
  48. חמדת ימים, חלק א, פרק ח, אות פב
  49. Michela Andreatta, ‏"The Poet in the Printing Shop: Leon Modena and the Paratextual Production of Authority in Early Modern Venice", Shirat Devorah: Festschrift in Honor of Devora Bregman, Edited by Haviva Ishay (Beer-Sheva: Ben Gurion University Press), 2018, pp. 9-29 [English section].
  50. זעט אוצרות הסופר יט, תשס"ט, עמ' קלז, הערה יא.
  51. גאון, מזרח ומעריב ה, עמ' 149; אסופות ד, זז' 234–235.
  52. חיים נחמן ביאליק, "שירתנו הצעירה, אות ג, אדעס תרפ"ז" אין פרויקט בן-יהודה
  53. פאר א רעוויו אויף מהדורת פריס-חורב תש"ו זעט אהרן מירסקי, "ישראל נגרה, "זמירות ישראל" (תשו)", קרית ספר כה, תש"ח, עמ' 39–47.