רוי:מקאם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מאַקאַם, און אירע רעגיאָנאַלע עקוויוואַלענטן – מאַקאָם, מוגאַם, דאַסטגאַה און טבאַ' – באַצייכענען כאַראַקטעריסטישע מאָדאַלע סקאַלעס וואָס ווערן אידענטיפיצירט דורך אַ סך איינצלנע נעמען ווי ראַסט, בוזורק, סעגאַה, דיל באַיאַט, א.אַ.וו. אין אַ ברייטערן זינען איז דער מאַקאַם באַגריף אויך אַסאָציאירט מיט אַ סעריע פון קאָמפּאָזיציע פּרינציפן, אַריינגערעכנט די באַנוץ פון מעלאָדישע טיפן וואָס זענען כאַראַקטעריזירט דורך טאָנאַלן מאַטעריאַל און מאָטיוון, ווי אויך אַ סעריע פון קאָנווענציעס וואָס זענען פּרעוואַלירט אין הויפּט צענטערס פון דער וועלט פון איסלאַם, פון אינדיע ביז צפון אַפריקע. אין זיין סאַמע סאַפיסטיקירטע פאָרעם ווערט דער באַגריף פון מאַקאַם און זיינע פּרינציפן צוגעפּאַסט צו פילע צונויפגעשטעלטע און ציקלישע וואָקאַלע און אינסטרומענטאַלע קאָמפּאָזיציעס מיט קאַנטראַסטירנדע טיילן וואָס שליסן איין פאַרשידענע לעוועלס פון אימפּראָוויזאַציע. דאָס איז למשל דער פאַל פון דער שאַשמאַקאָם אין אוזבעקיסטאַן און טאַדזשיקיסטאַן, דער אַזערביידזשאַני מאַקאַם, דער פּערסישער ראַדיף, דער טערקישער פאַסיל, דער עגיפטישער וואַסלאַ, דער איראַקי מאַקאַם און דער צפון אפריקאַנישער נובאַ און טבאַ' . די מאָדאַלע סקאַלע שליסט איין אַ קאָמפּלעקס פון רולס. עס ווערט באַטראַכט ווי אַ קאָמבינאַציע פון עטליכע קליינע גרופעס פון נאטן, צי פון דער זעלבער אינטערוואַלישער סטרוקטור אָדער נישט, גערופן דזשענעראַ (אַדזשנאַס, ז. דזשינס). ווי אַ רעזולטאַט פון דעם כאַראַקטעריסטיק, קענען פילע קאָמבינאַציעס טעאָרעטיש געשאַפן ווערן, אָבער נאָר אַ באַגרעניצטע צאָל זענען צוגעלאָזט אָדער געווענליך אָנגענומען געוואָרן און זענען באַקאַנט מיט זייערע יחידנע נעמען. אַ טייל פון דער מאָדאַלער סקאַלע איז פאַרבונדן צו אַ באַשטימטן טאָן, און אַ גרופּע פון נאטן טראַנספּאָנירט ווערט באַטראַכט ווי אַ אַנדערע ענטיטעט און קען דעריבער באַקומען אַ נייעם נאָמען. קורץ געזאָגט, דער טאָנאַלער מאַטעריאַל און די סטרוקטורעלע רולס ווערן געלייגט צום באַזיץ פון דעם מוזיקער וואָס אין שפּילן און זינגען דערפינדט נייע וואַריאַנטן, אימפּראָוויזירט, און לייגט צו מוזיקאַלישע אָרנאַמענטאַציעס. צוגעבנדיג צו דעם, זענען עטישע און קאָסמאָלאָגישע ספּעקולאַציעס פאַרבונדן מיט דער קאָנקרעטער אַפּליקאַציע פון די מאַקאַמאַט אין פאַרשידענע אומשטענדן. אַלעפּאַנער אידן האבן דאָס זייער ליב.

עס איז פארגעשלאגן געווארן, מיט געוויכטיגע ארגומענטן, אז די פארלוירענע באצייכענונגען וואס געפינען זיך אין די קעפלעך פון אסאך תהילים ("אויף דער שמינית," "אויף יונת-אלם-רחוקים," א.א.וו.) זענען מעגליך נישט נעמען פון אינסטרומענטן, סקאלעס, אדער פראטאטיפישע מעלאדיעס, נאר פון מאקאם-ענליכע מעלאדישע סכעמעס; און אזעלכע זענען מעגליך אויך די העכערשריפטן און אונטערשריפטן פון די געזאנג טעקסטן וואס געפינען זיך אין אסירישע און בבלישע שריפט דאקומענטן.

די נאענט מזרח אידישע קהילות נוצן די לאקאלע מאקאמאט פאר די שאפונג און קלאסיפיקאציע פון אסאך פון זייערע ליטורגישע און פאראליטורגישע מעלאדיעס. אפילו די קאנטילירונג פון די מזוירת'ישע אקצענטן איז אונטערגעגעבן צו א "מאקאמישע קארעלאציע," און ווערט דאס אוודאי באאיינפלוסט אין איר מעלאדישן אינהאלט. די פאלגענדע אויסקלייב פון "מאקאמישע קארעלאציעס" איז בעיקר באזירט אויף דער פארשונג פון א.צ. אידעלסאן; מאקאם סיגה קען קארעלירט ווערן מיט די חמשה חומשי תורה, רות, קהלת, אסתר, און די עמידה פאר די הויכע הייליגע טעג; מאקאם באיאט מיט די נביאים ביכער און איכה; מאקאם אג'אם (פערסישע נאמען: נארוז, "דער נייער יאר טאג"), אסאציירט מיט הייך, פראכט, און אקטועלע אדער סימבאלישע חתונה פונקציעס און צערעמאניעס, מיט שמחת תורה, שבועות, דער זיבעטער טאג פון פסח, און שבת שירה; מאקאם נאווה מיט שבת אוונט (זעה לכה דודי) און שבת אינדערפרי; און מאקאם סבא מיט מילה'ס און תפילות אויף שבתים אויף וועלכע די וואכעדיגע פרשה פון דער תורה דערמאנט מילה.

אין עטליכע נאענט מזרח קהילות האט די תפילה פון יעדע שבת און יום טוב איר אייגענע צופאסענע רעגירנדיגע מאקאם. די אלעפאנער בקשות זינגען איז גאר רעגירט דורך א סאפיסטיקירטע מאקאמישע ארגאניזאציע, און צווישן די איינציגע אדער גרופירטע באַקאַשות איז דא א פתיחה (עפענונג – א וואקאלישע אימפראוויזאציע), א פסוק אדער א תהילים וואס דינט אלס א מעלאדישע טראנספארט מיטל פאר מאדולירונג פון איין מאקאם צו די אנדערע. דאס דערגרייכט איר שפיץ אין דער אויספירונג פון די שבת תהילים (תהילים צ"ב) וואו יעדע פסוק ווערט געזונגען אויף אן אנדערן מאקאם. אזעלכע מאדולירונגען ווערן אויך געמאכט אין די פייערליכע רעציטאציע פון די עשרת הדברות, דער חזן ווייזנדיג זיין ווירטואזיטעט דורך געניט צו גיין דורך די מאקסימום צאל מאקאמאט. די מאראקאנער בקשות זענען ארגאניזירט אין א סעריע פון פיוטים קארעספאנדירנדיג צו די צאל פון שבתים צווישן סוכות און פסח, יעדע האט איר צופאסענע טבא' .

אלע אויבנדערמאנטע זענען אומגעשריבענע קאָנווענציעס. די געשריבענע אנגאבע פון די מאקאם איז געפונען אין אלע כתב יד און געדרוקטע זאמלונגען פון פיוטים פראדוצירט אין נאענטן מזרח זייט די צייטן פון רבי ישראל נאג'ארה, וועלכער איז אנשיינענד געווען דער ערשטער צו קאמפאנירן און ארגאניזירן זיינע פיוטים לויט דעם סיסטעם. אין זיין זמירות ישראל ווערן די פיוטים צוטיילט לויט די מאקאמאט, אין די פאלגענדע סדר: חוסייני, ראסט, דוגה, סיגה, נאווה, בוסליק (א טערקישע מאקאם), חוסייני, נארוז-אג'אם, אוזאל, און איראק. דער מנהג האט זיך פארגעזעצט ביז היינט, און אפילו נייע לידער זענען צוגעפאסט געווארן צו דעם סיסטעם, אזוי אז אין דער זאמלונג שירי ישראל בארץ הקדם פון דער אדריאנופאל קהילה (קאנסטאנטינאפאל, 1922) קען מען געפינען די המנון התקוה אין מאקאם ניהוואנד.

ביבליאגראפיע

אידעלסאן, מעלאדיען, 4 (1923), 53-112; א.צ. אידעלסאן, אין: זאמלבענדע דער אינטערנאציאנאלען מוזיקגעזעלשאפט, 15 (1913-14), 1-63; אידעם, אין: מגוג', 57 (1913), 314פף.; דזש. טשיילי, אין: אקטאַ מוזיקאלאגיא, 28 (1956), 137-63; ה. פארמער, אין: ניו אקספארד היסטארי פון מוזיק, 1 (1957), 447-50.