רוי:י-ה רבון עלם

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
י-ה ריבון עלם

יָהּ רִבּוֹן עָלַם וְעַלְמַיָּא
אַנְתְּ הוּא מַלְכָּא מֶלֶךְ מַלְכַיָּא
עובַד גְּבוּרְתָּךְ וְתִמְהַיָּא
שְׁפַר קֳדָמָך לְהַחֲוָיָּא

שְׁבָחִין אֲסַדֵּר צַפְרָא וְרַמְשָׁא
לָךְ אֱלָהָא קַדִּישָׁא בְּרָא כָל נַפְשָׁא
עִירִין קַדִּישִׁין וּבְנֵי אֱנָשָׁא
חֵיוַת בָּרָא וְעוֹף שְׁמַיָּא

רַבְרְבִין עוֹבָדָךְ וְתַקִּיפִין
מַכִּיךְ רָמַיָּא זַקִּיף כְּפִיפִין
לוּ יְחִי גְבַר שְׁנִין אַלְפִין
לָא יֵעוּל גְּבוּרְתָּךְ בְּחוּשְׁבְּנַיָּא

אֱלָהָא דִּי לֵיהּ יְקָר וּרְבוּתָא
פְּרוֹק יַת עָנָךְ מִפֻּם אַרְיָוָתָא
וְאַפֵּיק יַת עַמָּךְ מִגּוֹ גָּלוּתָא
עַמָּךְ דִּי בְחַרְתְּ מִכָּל אֻמַּיָּא

לְמִקְדָּשָׁךְ תּוּב וּלְקֹדֶשׁ קֻדְשִׁין
אֲתַר דִּי בֵיהּ יֶחֱדוּן רוּחִין וְנַפְשִׁין
וִיזַמְּרוּן לָךְ שִׁירִין וְרֲחֲשִׁין
בִּירוּשְׁלֵם קַרְתָּא דְשֻׁפְרַיָּא

י-ה ריבון עלם (אראמיש, טייטש: "ג-ט, האר פון דער וועלט") איז א פיוט וואס איז געשריבן געוואָרן דורך רבי ישראל נאג'ארה, א 16טן יאָרהונדערט פּייטן. עס איז איינע פון די מערסט פּאָפּולערע שבת'דיגע זמירות, באזונדערס צווישן אשכנז'ישע קהילות וואס זינגען עס ביי די סעודה פון פרייטאג ביינאכט, און ספרד'ישע קהילות וואס זינגען עס ביי די "שירת הבקשות". אויך געוויסע תימנ'ער אידן פלעגן עס זינגען.

מחבר און פארפאסונג

דער פיוט י-ה רבון אין זמירות ישראל ווענעציע ש"ס

דער זמר איז דורך רבי ישראל נאג'ארה (בערך ה'שט"ו–שפ"ח), א פּראָליפישער פּייטן, וואס האט געשריבן 1000 פיוטים. י-ה רבון ערשיינט אנהייב פון זיין זאמלונג פון פיוטים, "זמירות ישראל" (צפת שמ"ז, אות יו, דף ח,ב; און ווענעציע שנ"ט, אות ד, דף ז,א). גענוי ווי די אנדערע ניגונים אין זיין שאפונג, וואס איז אין גרויס טייל ארויפגעזעצט הייליגע ווערטער אויף פאפולערע פאלקסישע לידער, איז דער ניגון "י-ה רבון עלם" א קאנפראקטום אויף אן אראבישן ניגון "יוא ראבי שאלים שאילמי" ("פרידן פאר דיר מיין האר"), צו וועלכע די ווערטער "י-ה רבון עלם ועלמיא" זענען צוגעפאסט געווארן. דער ניגון ערשיינט אונטער דעם אראבישן מקאם "ראשט", א מזרח'ישער מוזיקאלישער סטיל מיט וואס מען האט אריגינעל געזונגען דעם פיוט.

טראץ וואס דער זמר האט נישט קיין שייכות מיט שבת (זייענדיג א טייל פון "עולת תמיד" אין זמירות ישראל, און נישט פון "עולת שבת"), איז דאס אריינגעדרוקט געווארן אין די זמירות'לעך פון אשכנז, און איז פארשפרייט געווארן אין פילע קהילות צו זינגען אום פרייטאג צונאכטס. אויך איז דער זמר איינס פון די פיוטים ביי דער ספרד'ישער מנהג פון זינגען "בקשות" שבת פארטאגס. רבי גרשון עדלשטיין האט געזאגט אז כאטש מיטן זינגען דעם פיוט איז מען נישט מקיים זכור את יום השבת, איז מען אבער מקיים ולעבדו בכל לבבכם[1].

אינהאלט און אויסשטעל

"יה ריבון עלם" איז געשריבן אין אראמיש און פארמאגט פיל אויסדרוקן פון די פסוקים פון ספר דניאל[2]. ער ציטירט גלייך אדער אַדאַפּטירט פסוקים, אפילו אזעלכע וואָס האָבן אָריגינעל רעפערירט צו נבוכדנצר און דריוש, און האט זיי אדאפּטירט צו לויבן ג-ט. אין זמירות ישראל האט רבי ישראל געשריבן נאך יעדן שיר די פסוקים אויף וואס עס איז באזירט, און ביי דעם שיר האט ער געשריבן די פסוקים אין דניאל (ג, לב-לג):

 אָתַיָּא וְתִמְהַיָּא דִּי עֲבַד עִמִּי אֱלָהָא עליא [עִלָּאָה], שְׁפַר קָדָמַי לְהַחֲוָיָה.
אָתוֹהִי כְּמָה רַבְרְבִין וְתִמְהוֹהִי כְּמָה תַקִּיפִין, מַלְכוּתֵהּ מַלְכוּת עָלַם וְשָׁלְטָנֵהּ עִם דָּר וְדָר.

די וואונדער און גרויסקייטן וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט מיר, איז גוט פאר מיר צו דערציילן.
ווי גרויס און ווי שטארק זיי זענען! זיין מלכות איז אן אייביגע מלכות און זיין הערשאפט איז פון דור צו דור.

טייל האבן געמיינט אז די ווערטער זענען אויך טייל פונעם ליד דורכ'ן מחבר; אין סקולען זינגט מען אויך די פסוקים אלס המשך פונעם ניגון י-ה רבון עלם.

דער פיוט שליסט אויך איין אויסדרוקן פון זוהר. טראץ דער ארמישער שפּראך, איז ער ברייט פארשפּרייט געווארן. שלמה אבינר זאָגט אַז די אַרמישע שפּראַך פונעם פיוט דערלויבט אַ נענטערע אויסדרוק פון קירבה צו גא-ט, וואָס וואָלט געווען צו דרייסט אין לשון קודש[3]. דער פאַקט, אַז דער פיוט איז געשריבן אין אַרמיש, האָט אַרויפגעבראַכט אַן אינטערעסאַנטע הלכהדיקע פראַגע. לויט עטליכע גמרות (שבת יב ע"ב, סוטה לג ע"א), טאָר מען נישט דאַווענען אַליין אין אַרמיש, ווייל די מלאכים פאַרשטייען נישט אַרמיש און וועלן נישט איבערגעבן די תפילות. דער הר צבי ענטפערט, אַז יה רבון קען זיין אין אַרמיש, אָדער ווייל עס איז ניט באמת אַ בקשה, אָדער ווייל די בקשות וואָס מיר בעטן זענען מערסטנס וועגן דער צוקונפטיגער גאולה. אַן אַנדער ענטפער איז, אַז אויפן שבת טאָג, ווען מיר דערגרייכן אַ ספּעציעלן קשר צום אייבערשטן, דאַרפן מיר נישט די מלאכים זאָלן הערן, ווייל דער אייבערשטער זאָרגט זיך אַליין פאַר אונז – פּונקט ווי ביי אַ קראַנקן מענטש אָדער אין אַ מנין[4].

דער פּיּוּט איז געבויט אין א סטראָפישן סטיל, באַקאַנט אלס מואוואַששאַח אין אראביש[5]. ער באשטייט פון פינף סטראפן, יעדער מיט פיר סטאנצן, פון וואס די ערשטע דריי גראמען איינס מיט'ן אנדערן, און דער לעצטער גראמט מיטן ערשטן סטראף וואס דינט אויך אלס פזמון. יעדער שורה האָט פיר אַקצענטירטע זילבעס. די ערשטע בוכשטאבן פון די סטראפן פארמירן דעם מחבר'ס נאמען "ישראל" אלס אקראָסטיך.

דער פיוט איז א געזאנג פון לויב צו ג-ט, דער "מלך מלכיא", וואס הערשט איבער דער וועלט אין זיין אומענדליכער כוח און כבוד. עס באַשרייבט די וואונדער פון ג-ט'ס בריאה: מלאכים, מענטשן, חיות און פויגלען. עס באַהאַנדלט אויך די קליינקייט פונעם מענטש קעגן ג-ט'ס גרויסקייט. די לעצטע צוויי סטראפן זענען גאר הארציגע בקשות, אז דע רבונו של עולם זאל רחמנות האבן אויף זיין פאלק, און זאל ארויסציען זיינע שעפעלעך פון דעם לייב'ס מויל, און פירט אויס מיט אַ תּפילה פאַר דער ווידער־אויפבוי פונעם בית המקדש, און ירושלים, די "שטאָט פון שיינקייט".

דער נוסח פונעם מחבר פארמאגט א צאל שנוים פון וויאזוי עס איז געדרוקט היינטיגע טעג[6].

אויפנאמע

טראץ וואס "י-ה ריבון עלם" איז כהיום אזוי ברייט פארשפרייט און פארהייליגט, איז אבער זיין מחבר, רבי ישראל נאג'ארה, און זיינע אנדערע לידער געווען פארוויקלט אין קאנטראווערסיע און באשילדיגונגען, דורך אזעלכע גרויסע לייט ווי רבי מנחם די לאנזאנא און רבי חיים וויטאל. פון דער אנדערער זייט זענען נאכגעברענגט געווארן שבחים אויף ר' ישראל און זיינע פיוטים דורך דער אריז"ל אליין.

דער חתם סופר פלעגט נישט זינגען "יה ריבון עלם". ווען זיין זון, רבי שמעון סופר, האָט אים געפרעגט פאַרוואָס, האָט דער חתם סופר געענטפערט: "איידער איך וועל דיר מגלה זיין מיין טעם, איז ענדערש איר זאלט עס זינגען". פון דעם טאג אָן, האט דער חתם סופר יא אנגעהויבן צו זינגען דעם פיוט ביי זיין טיש. טייל האבן געהאלטן אז דער טעם פון חתם סופר'ס ערשטן אפּהאלט איז געווען צוליב די מעשיות פון "ספר החזיונות". אנדערע טענהן, אז דער טעם איז געווען ווייל דער פיוט איז באזירט אויף די ווערטער וואס נבוכדנצר האט געזאגט אין דניאל, און די גמרא (סנהדרין צב ע"ב) זאגט, אז רבי יצחק האט געוואלט גיסן הייסע גאלד אין זיין מויל פאר די דאזיגע ווערטער[7][8].

ר' אברהם ישעיהו דיין קומט צו די מסקנה, אז עס איז נישט פאראן קיין הלכה'שע פאַרבאָט צו זינגען די פיוטים פון ר' ישראל נאַדזשאַראַ, ווייל די כוונה איז געווען ריין[9]. למעשה איז "יה ריבון עלם" פארבליבן איינער פון די מערסט באליבטע פיוטים, און איז געזינגען געווארן דורך פילע צדיקים במשך די דורות מיט גרויס התלהבות. און ווערט געזונגען אין כמעט אלע קרייזן.

דער פיוט האט געדינט אלס הימנען פון חיזוק און אמונה אין צייטן פון גרויסע צרות, ספּעציעל ביי די קאַרלין און סלאָנים חסידים אין די קאָנצענטראַציע-לאַגערן בעת דעם חורבן, וואָס האָבן אונטערגעשטראָכן די ווערטער "פְּרוֹק יַת עָנָךְ מִפּוּם אַרְיָוָתָא וְאַפֵּיק יַת עַמָּךְ מִגּוֹ גָּלוּתָא" ("ראַטעווע דיין שאָף פון דעם מויל פון לייבן און באַפריי דיין פאָלק פון גלות")[10]. ווען רבי ישראל אברהם פארטוגאל (ת"ר–תרע"ה), רב פון סקולען אין מאלדאווע, פלעגט זינגען י־ה רבון, "פלעגן זיך צוויי רוטשקעס טרערן גיסן פון זיינע אויגן"[11].

ניגונים

"יה ריבון עלם" איז אריגינעל געזונגען געווארן צו אַן אראבישן לחן אין מקאם ראשט, וואס איז היינט פארגעסן געווארן. איבער די יארן זענען געשאפן געווארן אומצאליגע ניגונים, סיי אלטע און סיי מאדערנע. אין אן אנקעטע אויף אייוועלט האבן מער ווי 50% געענטפערט אז זיי קענען 5 ניגונים אדער מער אויף קה רבון[12]. עס זענען פארשפרייט געווארן נוסחאות און ניגונים אויף וואס צו זינגען דעם פיוט, אשכנז'ישע, ספרד'ישע, גאליציאנע, בוכארישע[13], תימנ'ע, איראקע[14] און נאך.

צווישן די חסידישע הויפן זענען פארפאסט געווארן א גרויסע צאל ניגונים פאר דעם זמר, צווישן די באקאנטע פון זיי:

  • באבוב: א ניגון געשאפן דורך רבי בנציון הלבערשטאם, דער באבובער רבי, וואס צייכנט זיך אויס מיט חסידישע נואנסן פון דבקות און השתפכות־הנפש[15]. כאָטש אין באבּאָוו זינגט מען כּמעט נישט "קה רבון עלם‟ ביים טיש פרייטאג־צו־נאַכטס, קענען די בעלי מנגנים אין באבּאָוו נאָך צוויי "קה רבון‟ ניגונים, וואָס זיי גלויבן איז פון ר' אביש מאיר[16].
  • וויזשניץ: אין וויזניץ איז דא א באקאנטער ווארימער ניגון, וואס איז מקובל פונעם ריזשינער, מען זינגט עס אויך ביי חופות מיט גרויס התעוררות. עס האט צוויי פאלן וועלכע גייען איבער און איבער. דער אמרי חיים האט צוגעלייגט א ניגון פון "רברבין" און ווייטער, ארויפגעזעצט אויף א חב"ד ניגון וואס ער האט געהערט ביי ליובאוויטשער חסידים אין רוסלאנד. טייל געבן אן אז ער האט דאס געענדערט ווייל ער האָט געזען דעם אריגינעלן ניגון פון טאטן ווי "שרביטו של מלך"[17].
  • דינוב/בלאזוב: געשאפן דורך רבי צבי אלימלך שפירא פון דינוב. זיין אייניקל דער "צבי לצדיק" פון בלאזשוב איז געווען באַקאַנט מיט דעם ניגון און האָט אים געזונגען מיט גרויס דביקות און טרערן. ער האָט געגלייבט אַז מען קען נישט זינגען דעם ניגון אין וואָכנטאָג. דער ניגון האָט אַ פאָרעם פון פיר פאלן, מיט די צווייטע און פערטע פאלן לענגער. רבי אהר'לע ראטה האט עס מקבל געווען פון אים, אבער האט היבש געענדערט דעם ניגון צולייגנדיג אייגענע תנועות און דאס פארלאנגזאמט אלס דביקות ניגון. עס ווערט געזינגען און די הויפן פון זיינע נאכפאלגער, שומרי אמונים, תולדות אברהם יצחק, און תולדות אהרן. ער האט געהאלטן אַז דאָס ליד קען מען נישט זינגען אין שבת בראשית (ווייל די וועלט איז דעמאָלט באַשאַפן געוואָרן) אָדער נח (ווייל די וועלט איז חרוב געוואָרן), נאר נאָר אין שבת לך לך (ווען די אידישע פאלק איז באשאפן געוואָרן)[18].
  • מעליץ-ספּינקא: רבי איציקל מעליצער זצ"ל האָט פארפאסט דעם ניגון אויפן שיף פון אייראָפּע קיין אַמעריקע. ער האָט ניט געקענט פאַרענדיקן דעם לעצטן טייל "למקדשך" ווען ער האָט געזען דעם ברעג. דער ספּינקער רבי, ר' יאַנקעלע ספּינקער זצ"ל, האט עס געזונגען קביעות אויף "קה רבון‟[19].
  • פּיטסבורג: איז זייער אויפגעכאפּט ביי שבת התוועדות'ן און באטעס, בעיקר די לעצטע צוויי שטיקלעך[20]. דער שטיקל למקדשך איז געבויט אויף רבי שמואל קאמאדער'ס לחן[21].
  • קארלין: עס זענען דאָ עטליכע קאַרלינער ניגונים פאר "יה רבון עלם‟. איינס איז באוואוסט אין חב"ד אלס "ר' מיכאל דער אַלטערס ניגון"[22].
  • מודזשיץ: אַ באַקאַנטער טראַדיציאָנעלער ניגון פאַר דעם פערטן סטראָפע ("פּרוק ית ענך‟) איז א טראַדיציאָנעלער ניגון צווישן די מאָדזשיצער חסידים[23]. עס ווערט באַטראַכט פון טייל אַלס אַ זייער געשמאַקער און רייכער ניגון[24].
  • בּרעסלעוו: עס זענען דאָ עטליכע בּרעסלעווער ניגונים פאַר "יה רבון עלם‟[25].
  • אנדערע: עס זענען אויך דא לחנים פון אמשאָנאָוו, קרעטשניף, סקווירא, סלאָנים[26], וואַרקי, קאסאן, אלכסנדר, באיאן, טשארטקוב, ראַדאָמסק, און ניגון ר' שמואל קאמאָדער זי"ע.

אויך אין די מאדערנע מוזיק וועלט האבן פילע זינגערס און קאָמפּאָזיטאָרן געשאַפן נייע לחנים, אַריינגערעכנט שלמה קאַרליבאַך, א לחן וואס איז אויך פאָפּולער געוואָרן פאַר "לכה דודי"; מרדכי כלפון (אַן ישראלישער מוזיקער פון מאָראָקאַנישן אָפּשטאַם, וואָס האָט קאָמפּאָזירט דעם לחן אין דער ספרדי-ירושלימער מוזיקאַלישער טראַדיציע, ניצנדיג מאַקאַם ראַסט)[27], שמואל אַדלער[28]; חיים באנעט[29], יצחק פוקס, אהרן ראַזעל, יאיר דלאל, און רונן שטערן. און משה יחזקי' ווייס מיט צוגעלייגטע אידישע ווערטער "לאמיר זינגען שבחים".

אנדערע שפראכן

דער פיוט איז אויך איבערגעזעצט געוואָרן אין אַנדערע אידישע שפּראַכן, אַזוי ווי אידיש און לאַדינאָ. עס איז אויך איבערגעזצט געווארן דורך היינטיגע, און ערשיינט אין פארשידענע זמירות'ער[30]

מענדעלע מוכר ספרים האט איבערגעזעצט דעם זמר אויף א אידישן ליד[31]:

גאט דער הער פון אײביג־אײביגער צײט,
דו ביסט איבער מלכים מלך בײ לײט,
דײנע גרױסע װערק אוּן װאונדערליכקײט,
זײ דא צודערצעהלען געפעלט מיר פײן:

איך לױב פריהמארגענס, אין אָװענט נישט מינדער
צוּ דיר, הײליגער גאט, חידושים־װינדער,
װאס בעשאפען איטליכע זאך בעזינדער,
הײליגע מלאכים אי מענשענס־קינדער,
פון די חיות ביז די פײגעל ארײן.

גרױס, שטארק איז דײנע װערק ביז אױף א האָר,
דערנירריגסט הױכע, דערהױכסט נידריגע גאָר,
װען א מענש זאל לעבען טױזענט יאָהר,
װעט דײן װערק בערעכענען אין שטאנד ניט זײן.

גאט, וואס כבוד איז דײנס, שטארקײט דערבײ,
דײן שאָף ביי לײבען פונ’ם מױל בעפרײ,
לײז דײן פאלק אױס, אין נײטען שטעה זײ בײ,
דאס אױסגעװעהלטע פאלק דײנס, װאס זעהר פײן.

צוּ דײן בית המקדש קעהר זיך װידער,
צום ארט װאס דארט קװעלט אי הארץ אי גלידער,
אוּן זינגען װעט מען דיר שײנע לידער,
אין ירושלים, א שטאדט גאר א שײן.

ביבליאגראפיע

רעפערענצן

  1. https://beinenu.com/sites/default/files/alonim/74_11_75.pdf.
  2. https://www.sefaria.org/sheets/292433.
  3. https://orot.ac.il/עיונים-בסידור-התפילה-י-ה-ריבון-עולם.
  4. רבי הערש פסח פראנק, הר צבי אורח חיים, סי' סד, ירושלים, תשכ"ט, עמ' סז.
  5. Kligman, Mark (2005). "Chapter 13 Diversity and Uniqueness An Introduction to Sephardic Liturgical Music". Sephardic and Mizrahi Jewry (in ענגליש). New York University Press. pp. 259–284. doi:10.18574/nyu/9780814797419.003.0016. ISBN 978-0-8147-9741-9
  6. זעט פולער נוסח אויף ויקיטקסט.
  7. אוצרות הסופר (קובץ י"ז, עמוד קמ"ד), מכתבו של רבי יעקב קאפיל שווארץ, אות ג.
  8. זעט אוצרות הסופר יט, תשס"ט, עמ' קלז, הערה יא.
  9. אברהם ישעיהו דיין, "אם יש להימנע מלשורר את שירי ר"י נג'ארה", האוצר כא (חשון תשע"ט), עמ' קמא–קנו.
  10. https://www.makorrishon.co.il/opinion/715157/.
  11. ‎צבי יוסף מיסקי‏, ‎‎זכרונות פון סקולענער רבי'ן זצ"ל, ‎ברוקלין תדש"מ, עמ' יג.
  12. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=52964.
  13. https://folkways-media.si.edu/docs/folkways/artwork/SFW40050.pdf#page=5.
  14. https://www.youtube.com/watch?v=7eoltXtS-Ds.
  15. נחמן שמן, דאס געזאנג פון חסידות: די ראל פון חסידיזם אין אונדזערע דורות 2 (בוענאס אייראס: צענטראל-פארבאנד פון פוילישע יידן אין ארגענטינע, תשי"ט), 67.
  16. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=5952&start=25.
  17. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1645318#p1645318.
  18. עתיקין.
  19. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4865337#p4865337.
  20. https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=4736028#p4736028.
  21. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3177588#p3177588.
  22. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=2091058#p2091058.
  23. https://www.milkenarchive.org/music/works/view/ya-ribbon-olam.
  24. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=5952&start=25.
  25. https://www.breslev.org/breslev-mp3/נעימות-ברסלב-יה-ריבון-עלם-איטי/.
  26. https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=3334049#p3334049.
  27. https://www.sefaria.org/sheets/556049.
  28. https://www.milkenarchive.org/music/volumes/view/a-garden-eastward/work/five-sephardic-choruses/.
  29. אויסגעפירט דורך שלמה כהן אין דעם אַלבום "אַ שבת טיש".
  30. https://achiyayeda.org/material/קה-רבון-עלם-שיר-באידיש/.
  31. זמירות ישראל (זשיטאמיר 1875); אלע ווערק, אכטער באנד, ווארשע 1928, זז' 34–35.