רוי:רבי הערש פסח פראנק
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
געבורט | כ"א טבת ה'תרל"ג |
---|---|
טויט | כ"א כסלו ה'תשכ"א (אלט: 87) |
הרב צבי "הערש" פסח פראַנק (געבוירן כ"א טבת ה'תרל"ג - כ"א כסלו ה'תשכ"א) איז געווען א דיין און א פוסק, און דער אשכנזישער הויפט רב פון ירושלים אין די יארן תרצ"ו–תשכ"א.
לעבנסגעשיכטע
הרב פראנק איז געבוירן געווארן אין קאוונע, ליטע, אין תרל"ג (1873) צו רבי יהודה לייב פראנק, פון די הויפטן פון חובבי ציון אין קאוונע, און זיין ווייב מלכה. יונגערהייט איז ער געווען אין פארבינדונג מיט רבי יצחק אלחנן ספעקטאר, דער קאוונער רב. ער האט געלערנט אין די סלאבאדקער און טעלזער ישיבות. אין יאר תרנ"ג (1893) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, און א קורצע צייט שפעטער זענען אויך ארויפגעקומען זיינע עלטערן, וועלכע זענען געווען פון די גרינדער פון חדרה, וואו זיין פאטער איז געווען דער ערשטער רב.
אין זיינע לעצטע יארן האט הרב פראנק ליידער פיל געליטן אויף זיין הארץ רח"ל, און פרייטאג צונאכטס פרשת וישב, אום כ"א כסליו תשכ"א, עטוואס פאר דעם עלות השחר, איז ער נפטר געווארן ביי זיך אין שטוב, און מ'האט אים באערדיגט אויפ'ן הר המנוחות.
זיינע ספרים
- הר צבי
- מקראי קודש
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!