רוי:הרב יהודה אריה מודינא

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

Leone Modena
רבי יהודה אריה ממודנה, ער האט נישט אן א קאפל לויט זיין פסק
רבי יהודה אריה ממודנה, ער האט נישט אן א קאפל לויט זיין פסק

ר' יהודה אריה (לעאָן) דע מודינא (של"א; 1571 – ת"ח; 1648 אין ווענעציע) איז געווען א קאנטראווערסיאלע, פילפארביגער פיגור; א רב, משכיל, דענקער, היסטאריקער; געקענט עטליכע שפראכן; זיינע דרשות אין איטאליעניש האבן געפונען אַן אפּקלאנג אויך אין דער נישט-אידישער וועלט; געליטן אין פאמיליע-לעבן.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן געווארן אכט און צוואנציג טעג אין ניסן, אינעם יאר של"א, אפּריל 23, 1571 אין דער שטאט ווענעציע, און ער איז נפטר געווארן דארט זיבן און צוואנציג טעג אין אדר, מארטש 24, 1648, אין עלטער פון זיבן און זיבעציג יאר. ער איז איינער פון די כאראקטעריסטישסטע טיפּן אין דער אידישער געשיכטע. ער איז כמעט אַן אַניגמאַ, א רעטעניש, א מענטש מיט אָן א שיעור שארפע ווידער שפּרוכן. ער איז א גרויסער תלמודיסט; באהאוונט אין אנדערע ליטעראטורן; געקענט לאטיין, איטאליעניש, שפאניש; ער איז א מאמין, און גלייכצייטיג א ראַציאָנאַליסט; ער שרייבט א בוך אין וועלכן ער פארדאמט קאָרטן־שפּילעריי, און איז אליין א ליידנשאפטליכער קארטן־שפּילער (דאס בוך האט געהייסן "סור מרע", און איז שפּעטער ערשינען אונטערן נאמען "צחקן מוסרי"), און ווען די ווענעצישע קהילה לייגט אים אריין אין חרם פאר קארטן־שפּילן, פארעפנטליכט ער א פּסק דערקעגן[1].

ער איז א רב, א דיין, א דרשן, א חזן און איז גלייכצייטיג דער דירעקטאר פון דעם טעאטער אין דער ווענעצישער געטא, און ער פארפאסט קאמעדיעס פארן טעאטער. ער איז געווען דיריגענט פון דער מוזיק אקאדעמיע אין דער געטא. ער גלויבט אין מזלות און אין סגולות, און שרייבט א בוך קעגן זוהר, און קבלה, מיטן נאמען "ארי נוהם". ער שרייבט א בוך "מגן וצנה", אין וועלכן ער פארטיידיגט דעם תלמוד, און גיט ארויס א ספר "קול סכל", אין וועלכן ער אטאקירט דעם תלמוד נאך שארפער ווי די קראים האבן עס געטון. ער האט אונטעריכטעט אידישע און נישט אידישע תלמידים. ער האט פארפאסט דרשות פאר אנדערע. איז געווען א סעקרעטאר פון חברות, האט געשריבן בריוו פאר אנדערע, לידער צו חתונות, עפּיטאַפן אויף מצבות, סאָנעטן אין איטאליעניש, איבערזעצט ביכער, געליינט קאָרעקטורן, געשריבן קמיעות, פארקויפט סגולות, געווען א מעקלער, א שדכן און נאך[1].

ער האט געהאט פילע מלאכות, אבער זייער ווייניג ברכות. דער דלות האט געפייפט אין אלע ווינקעלעך. ער האט אויך געליטן אין פאמיליע-לעבן, פון זיינע 8 זין איז איינער געשטארבן יונג, א צווייטער איז דערמארדעט געווארן, אַ דריטער אַוועק קיין בראזיליע; זיין ווייב איז אראפּ פון זינען[1].

אגב’דיגס, ער האט געזאגט אויף ר’ ישראל נאַגאַראַ (נאדזשארא): "אין בישראל כישראל", עס איז נישטא ביי אידן אזעלכער ווי ישראל.

די מיינונגען פון היסטאריקער וועגן רבי יהודה אריה די מודינא זענען פארשידענע. טייל האלטן אים פאר א פריידענקער, וועלכער האט נאר צוליב זיין רבנות אמט געטראגן די מאסקע פון פרומקייט; אנדערע האלטן אים פאר א הפכפך, וואס האט נישט געהאט קיין באשטימטע פּרינציפּן; עס איז אבער א פאקט אַז אין זיין צוואה שרייבט ער וועגן זיך: "איך באפעל אז מען זאל נישט זאגן אויף מיר קיינע שבחים, נאר אז איך בין נישט געווען קיין צבוע, און אז עס איז געווען תוכי כברי, א ירא אלהים וסר מרע, נישט גע'חנפ'עט קיינעם און א גוטער מענטש".

בשיטה האט ער געהאלטן אז גיין מיט א קאפל איז מידת החסידות און פלעגט זיך אפט דרייען הוילקעפיג .

ער האט אויך מפקפק געווען אין עניני גלגול. רבי חיד"א שרייבט אבער שרייבט ער בשמו אז ער האט נישט געגלייבט אין גילגולים, ביז איינמאל האט זיין שכן אים גערופן אלס רב צו זאגן פסוקים ודברי תורה ביי יציאת נשמה פון א ביטער קראנקע זעקס חדשים׳דיג קינד, און בשעת יציאת נשמה האט דאס קינד געעפנט זיינע אויגן און געזאגט שמע ישראל, ויצתה נשמתו באחד, פון דעמאלטס האט ער געגלייבט אין גילגול[2].

רוב כלל ישראל הייבט אן די הייליגע טעג מיט א פיוט וואס ער האט מחבר געווען. דער פיוט איז "יום זה יהי משקל כל חטאתי" פון יום כיפור קטן, א טייל כלל ישראל זאגט דאס יעדן ער"ח און רוב זאגן דאס ער"ח אלול. עס זענען טאקע יא דא אסאך וואס האלטן אז מ׳דארף דאס ארויסשניידן, אבער מיר זענען נישט קיין גרים און מיר טוען וואס אונזערע עלטערן האבן געטון.

ווערק

זיינע בארימטע ספרים זענען "הבונה" (באמערקונגען צו דעם "עין יעקב", אגדות-זאמלונג פון דער גמרא), "ארי נוהם" (קעגן קבלה, פאַרעפנטליכט לייפּציג 1840), "געשיכטע פון אידישע דינים" (אין איטאַליעניש, איבערזעצט אין ענגליש, אויך אין העברעאיש "שלחן ערוך" דורך דר. שלמה רובין, האָט א גרויסן ווערט פאַר פאָרשונג פון אידישן פאָלקלאָר), "מגן וחרב" (קעגן קריסטנטום) און – דאָס וויכטיגסטע – "בחינת הקבלה", אין וועלכן ער שטעלט פאר די טענות פון א פריידענקער קעגן תורה שבעל פּה מיטן נאָמען "קול סכל" און זיינע אייגענע תשובות מיטן נאמען "שאגת ארי" דער "בחינת הקבלה" איז אפּגעדרוקט געווארן דורך יצחק שמואל רעדזשאָ (ריגיו) אין יאָר 1852, און טייל האבן זאגאר געמיינט, אז רעדזשא האט אויסגעטראכט דאס ספר און עס צוגעשריבן מודינא'ן; דאָס איז די ערשטע שארפע פריידענקערישע קריטיק קעגן דער תורה שבעל פּה, וואס האָט געהאט א גרויסע איינפלוס אויף משכילים און רעפארמער אין 2טער העלפט פון 19טן יאָרהונדערט; מודינא האט פארפאסט נאך אנדערע ספרים, צווישן זיי אויך אַן אייגענע אויטאביאָגראפיע "חיי יהודה".

ביבליאגראפיע

אַ גרינטליכע אַרבעט וועגן מודינא איז פאַרהאַן פון נחמיה שמואל ליובאוויטש, "רבי יהודה אריה די מודינא"; בלוי האָט ארויסגעגעבן ווערק פון מודינא אונטערן נאָמען "כתכי הריא"ם" אין 1906.

  1. 1.0 1.1 1.2 אהרן ראזמארין, אהרן ראזמארין'ס תנ"כ ענציקלאפעדיע, באנד 1, אום פארלאג תשכ"ז, זייט סו
  2. רבי חיים יוסף דוד אזולאי, שם הגדולים, מערכת סופרים מערכת גדולים אות י', סעיף יד