באַניצער:עברי אנכי/פרשיות/פרשת ראה

פון המכלול
< באַניצער:עברי אנכי‏ | פרשיות
ווערסיע פון 20:15, 27 אקטאבער 2024 דורך עברי אנכי (שמועס | ביישטייערונגען) (דרעפט)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg אנכי/פרשיות/פרשת ראה Arrow l.svg
פסוקים דברים יא, כו - טז, יז
צאל פסוקים 126 (13'טע - אייניג מיט פרשת לך לך)
צאל ווערטער 1932 (7'טע)
צאל אותיות 7442 (7'טע)
אינהאלט אאא
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (18)  לא תעשה (37)
פארטיליגן עבודה זרה, ברענגען קורבנות צום ערשטן יום טוב, מקריב זיין קרבנות נאר אין עזרה, אויסלייזן קדשים בעלי מום, שחיטה, ברענגען קרבנות פון חו"ל צום בית המקדש, גוט אויספארשן עדים, פארברענגען און הרג'נען די מענשטן פון - אן עיר הנדחת, באקוקן סימני עוף, אפשיידן מעשר שני, אפשיידן מעשר עני, איינמאנען חובות פון א גוי, שמיטת כספים, מצות צדקה, געבן מתנות ביים באפרייען אן עבד עברי, זיך פרייען אום יום טוב, זיך באווייזן אין בית המקדש אום יום טוב מחיקת השם, ברענגען קרבנות אינדרויסן פון עזרה, עסן מעשר שני פון: תבואה, וויין, אדער אוילל אינדרויסן פון ירושלים, עסן א בכור תמים אינדרויסן פון ירושלים, עסן קדשי קדשים אינדרויסן פון די עזרה, עסן פון א קורבן עולה, עסן קודשים קלים פאר זריקת הדם, עסן ביכורים פאר די הנחה אין עזרה, נישט פארלאזן די לויים, אבר מן החי, צולייגן אדער אראפנעמען פון די מצוות, צוהערן צו א נביא בשם ע"ז, ליבן א מסית, נאכלאזן די פיינטשאפט צום מסית, ראטווען א מסית, מלמד זכות זיין אויף א מסית, אויפהערון מלמד חוב זיין אויפ'ן מסית, צורעדן א איד צו ע"ז, איבערבויען אן עיר הנידחת, הנאה האבן פון פארמעגנס פון עיר הנידחת, זיך שעדיגן נאך א טויט'ן, רייסן די האר נאך א טויט'ן, עסן פסול'ע קדשים, עסן שרץ העוף, עסן נבלה, איינמאנען א חוב נאך שמיטה, צוריקהאלטן צדקה פון אן ארעמאן, צוריקהאלטן פון בארגן צוליב שמיטה, באפרייען אן עבד עברי אן מתנות, ארבעטן מיט קדשים, שערן די וואל פון קדשים, עסן חמץ ערב פסח נאך חצות, איבערלאזן פון קרבן חגיגה פון ערב פסח צום דריטן טאג, מקריב זיין קרבן פסח אויף א במה, עולה רגל זיין אן א קרבן
הפטורה
ישעיהו נד, יא - נה, ה
מאדעל פונעם בית המקדש אויף אויסלייג אין מגדל דוד מוזעאום

פרשת רְאֵה איז די פערטע סדרה פון ספר דברים, און די 47'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל י"א, פסוק כ"ו, ביז קאַפּיטל ט"ז, פסוק י"ז, לויט דער אנגענומענער צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 126 פסוקים און צוואנציג פרשיות - פינף פתוחות און פופצן סתומות.


פרשת חקת ווערט געליינט צווישן די דאטומען כ"ה און ל' אב. די פרשה פון די ימים טובים ווערט געליינט אין חוץ לארץ אום אחרון של פסח; די צווייטע טאג שבועות; און שמחת תורה (ווען עס געפאלט שבת פון יד, כב, אין וואכנטעג פון טו, יט - ביז טז, יז).

פרשה אינהאלט

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[1] זענען פארהאן 55 מצוות אין דער פרשה, אכצן עשין און 37 לאווין:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה פארטיליגן עבודה זרה אַבֵּד תְּאַבְּדוּן אֶת כָּל הַמְּקֹמוֹת וגו' (יב, ב) יא יעדער
2 לאו נישט מעקן שמות הקדושים לֹא תַעֲשׂוּן כֵּן לַה' אֱלֹקֵיכֶם (יב, ד) יא יעדער
3 עשה ברענגען נדרים ונדבות צום ערשטן יום טוב וּבָאתָ שָׁמָּה. וַהֲבֵאתֶם שָׁמָּה עֹלֹתֵיכֶם וְזִבְחֵיכֶם וגו' (יב, ה–ו) ניין
4 לאו נישט מקריב זיין א קרבן אינדרויסן פון עזרה הִשָּׁמֶר לְךָ פֶּן תַּעֲלֶה עֹלֹתֶיךָ בְּכָל מָקוֹם (יב, יג) יא
5 עשה מקריב זיין קרבנות נאר אין בית המקדש כִּי אִם בַּמָּקוֹם אֲשֶׁר יִבְחַר ה' ... שָׁם תַּעֲלֶה עֹלֹתֶיךָ וְשָׁם תַּעֲשֶׂה כֹּל אֲשֶׁר אָנֹכִי מְצַוֶּךָּ (יב, יד) יא יעדער
6 עשה אויסלייזן קדשים מיט א "מום" רַק בְּכָל אַוַּת נַפְשְׁךָ תִּזְבַּח וְאָכַלְתָּ בָשָׂר ... הַטָּמֵא וְהַטָּהוֹר יֹאכְלֶנּוּ כַּצְּבִי וְכָאַיָּל (יב, טו) ניין יעדער
7 לאו נישט עסן אינדרויסן פון ירושלים מעשר שני פון תבואה לֹא תוּכַל לֶאֱכֹל בִּשְׁעָרֶיךָ מַעְשַׂר דְּגָנְךָ (יב, יז) ניין יעדער
8 לאו נישט עסן אינדרויסן פון ירושלים מעשר שני פון וויין ...וְתִירֹשְׁךָ (יב, יז) ניין יעדער
9 לאו נישט עסן אינדרויסן פון ירושלים מעשר שני פון אויל ...וְיִצְהָרֶךָ (יב, יז) ניין יעדער
10 לאו נישט עסן נישט עסן אינדרויסן פון ירושלים א בכור תמים ...וּבְכֹרֹת בְּקָרְךָ וְצֹאנֶךָ (יב, יז)
11 לאו נישט עסן א קרבן חטאת און אשם (-קדשי קדשים) אינדרויסן פון עזרה ...בְּקָרְךָ וְצֹאנֶךָ (יב, יז) יא יעדער
12 לאו נישט עסן פונעם קרבן עולה ...נְדָרֶיךָ אֲשֶׁר תִּדֹּר (יב, יז) יא יעדער
13 לאו נישט עסן קדשים קלים איידערן שפריצן דאס בלוט ...וְנִדְבֹתֶיךָ (יב, יז) יא יעדער
14 לאו נישט עסן ביכורים אינדרויסן פון ירושלים / איידערן אראפלייגן אין עזרה ...וּתְרוּמַת יָדֶךָ (יב, יז) ניין יעדער
15 לאו נישט פארלאזן די לויים, דורכ'ן צוריקהאלטן זייערע מתנות הִשָּׁמֶר לְךָ פֶּן תַּעֲזֹב אֶת הַלֵּוִי כָּל יָמֶיךָ עַל אַדְמָתֶךָ. (יב, יט) ניין
16 עשה מצות שחיטה וְזָבַחְתָּ מִבְּקָרְךָ וּמִצֹּאנְךָ ... כַּאֲשֶׁר צִוִּיתִךָ וגו' (יב, כא) יא יעדער
17 לאו נישט עסן אבר מן החי וְלֹא תֹאכַל הַנֶּפֶשׁ עִם הַבָּשָׂר (יב, כג) יא יעדער
18 עשה ברענגען קרבנות (פון חוץ לארץ) צום בית המקדש רַק קָדָשֶׁיךָ אֲשֶׁר יִהְיוּ לְךָ וּנְדָרֶיךָ תִּשָּׂא וּבָאתָ וגו' (יב, כו) יא יעדער
19 לאו נישט צולייגן צו די תורה און מצוות לֹא תֹסֵף עָלָיו (יג, א) יא יעדער
20 לאו נישט אראפנעמען פון די תורה און מצוות וְלֹא תִגְרַע מִמֶּנּוּ (יג, א) יא יעדער
21 לאו נישט צוהערן צו איינער וואס זאגט נביאות אין נאמען פון עבודה זרה לֹא תִשְׁמַע אֶל דִּבְרֵי הַנָּבִיא הַהוּא (יג, ד) יא יעדער
22 לאו נישט ליב האבן א מסית לֹא תֹאבֶה לוֹ (יג, ט) יא יעדער
23 לאו נישט אפווייכן פון די פיינטשאפט צום מסית וְלֹא תִשְׁמַע אֵלָיו (יג, ט) יא יעדער
24 לאו נישט ראטעווען דעם מסית וְלֹא תָחוֹס עֵינְךָ עָלָיו (יג, ט) יא יעדער
25 לאו דער צוגערעדטער זאל נישט מלמד זכות זיין אויפ'ן מסית וְלֹא תַחְמֹל (יג, ט) יא יעדער
26 לאו דער צוגערעדטער זאל נישט איינשטילן פון מלמד חוב זיין אויפ'ן מסית וְלֹא תְכַסֶּה עָלָיו (יג, ט) יא יעדער
27 לאו נישט צורעדן א איד צו עבודה זרה (מסית) וְלֹא יוֹסִפוּ לַעֲשׂוֹת כַּדָּבָר הָרָע הַזֶּה בְּקִרְבֶּךָ (יג, יב) יא יעדער
28 עשה גוט אויספארשן עדים וְדָרַשְׁתָּ וְחָקַרְתָּ וְשָׁאַלְתָּ הֵיטֵב וְהִנֵּה אֱמֶת נָכוֹן הַדָּבָר (יג, טו) יא[2] מענער
29 עשה פארברענגען אן עיר הנידחת און הרג'ענען אירע איינוואוינער וְשָׂרַפְתָּ בָאֵשׁ אֶת הָעִיר וְאֶת כָּל שְׁלָלָהּ (יג, יז) ניין מענער
30 לאו נישט איבערבויען אן עיר הנידחת ווי עס איז געווען וְהָיְתָה תֵּל עוֹלָם לֹא תִבָּנֶה עוֹד. (יג, יז) ניין יעדער
31 לאו נישט הנאה האבן פון די פארמעגנס פון אן עיר הנידחת וְלֹא יִדְבַּק בְּיָדְךָ מְאוּמָה מִן הַחֵרֶם (יג, יח) יא יעדער
32 לאו זיך נישט שעדיגן די גוף נאך א טויט'ן לֹא תִתְגֹּדְדוּ (יד, א) יא יעדער
33 לאו נישט רייסן די האר נאך א טויט'ן וְלֹא תָשִׂימוּ קָרְחָה בֵּין עֵינֵיכֶם לָמֵת (יד, א) יא יעדער
34 לאו נישט עסן פסול'ע קדשים לֹא תֹאכַל כָּל תּוֹעֵבָה. (יד, ג) יא יעדער
35 עשה באקוקן די סימני כשרות ביי פויגל כָּל צִפּוֹר טְהֹרָה תֹּאכֵלוּ. (יד, יא) יא יעדער
36 לאו נישט עסן טמא'נע היישעריק אדער פליעדיגע שרצים וְכֹל שֶׁרֶץ הָעוֹף טָמֵא הוּא לָכֶם לֹא יֵאָכֵלוּ. (יד, יט) יא יעדער
37 לאו נישט עסן נבלה לֹא תֹאכְלוּ כָל נְבֵלָה וגו' (יד, כא) יא יעדער
38 עשה אפשיידן מעשר שני עַשֵּׂר תְּעַשֵּׂר אֵת כָּל תְּבוּאַת זַרְעֶךָ (יד, כב) ניין
39 עשה אפשיידן מעשר עני יעדע דריטע יאר מִקְצֵה שָׁלֹשׁ שָׁנִים תּוֹצִיא אֶת כָּל מַעְשַׂר תְּבוּאָתְךָ ... וְהִנַּחְתָּ בִּשְׁעָרֶיךָ וגו' (יד, כח)
40 לאו נישט איינמאנען א חוב אויף וועלכע עס איז אריבער שמיטה לֹא יִגֹּשׂ אֶת רֵעֵהוּ וְאֶת אָחִיו (טו, ב) ניין (מה"ת)[3] יעדער
41 עשה איינמאנען אין צייט חובות פון א גוי, א געצנדינער אֶת הַנָּכְרִי תִּגֹּשׂ (טו, ג) יא יעדער
42 עשה פארגעבן חובות אויף וועלכע עס איז אריבער שמיטה וַאֲשֶׁר יִהְיֶה לְךָ אֶת אָחִיךָ תַּשְׁמֵט יָדֶךָ. (טו, ג) ניין (מה"ת)[3] יעדער
43 לאו נישט זיך צוריקהאלטן פון געבן צדקה פאר אן ארעמאן לֹא תְאַמֵּץ אֶת לְבָבְךָ וְלֹא תִקְפֹּץ אֶת יָדְךָ מֵאָחִיךָ הָאֶבְיוֹן. (טו, ז) יא יעדער
44 עשה מצות צדקה פָתֹחַ תִּפְתַּח אֶת יָדְךָ לוֹ (טו, ח) יא יעדער
45 לאו זיך נישט צוריקהאלטן פון פארבארגן געלט צוליב שמיטה הִשָּׁמֶר לְךָ פֶּן יִהְיֶה דָבָר עִם לְבָבְךָ בְלִיַּעַל לֵאמֹר קָרְבָה שְׁנַת הַשֶּׁבַע וגו' (טו, ט) יא יעדער
46 לאו נישט פריי לאזן אן עבד עברי מיט ליידיגע הענט וְכִי תְשַׁלְּחֶנּוּ חָפְשִׁי מֵעִמָּךְ לֹא תְשַׁלְּחֶנּוּ רֵיקָם. (טו, יג) ניין יעדער
47 עשה מיטגעבן מתנות ביים פריי לאזן אן עבד עברי הַעֲנֵיק תַּעֲנִיק לוֹ מִצֹּאנְךָ וּמִגָּרְנְךָ וּמִיִּקְבֶךָ אֲשֶׁר בֵּרַכְךָ ה' אֱלֹקֶיךָ תִּתֶּן לוֹ. (טו, יד) ניין יעדער
48 לאו נישט ארבעטן מיט א בהמה פון קדשים לֹא תַעֲבֹד בִּבְכֹר שׁוֹרֶךָ (טו, יט) יא יעדער
49 לאו נישט שערן די וואל פון א בהמה פון קדשים וְלֹא תָגֹז בְּכוֹר צֹאנֶךָ. (טו, יט) יא יעדער
50 לאו נישט עסן חמץ ערב פסח נאך חצות לֹא תֹאכַל עָלָיו חָמֵץ (טז, ג) יא יעדער
51 לאו נישט איבערלאזן אויפ'ן דריטן טאג פונעם חגיגה וואס קומט מיט'ן קרבן פסח וְלֹא יָלִין מִן הַבָּשָׂר אֲשֶׁר תִּזְבַּח בָּעֶרֶב בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן לַבֹּקֶר. (טז, ד) ניין יעדער
52 לאו נישט מקריב זיין דעם קרבן פסח אויף א במה פון יחיד לֹא תוּכַל לִזְבֹּחַ אֶת הַפָּסַח בְּאַחַד שְׁעָרֶיךָ (טז, ה) ניין יעדער
53 עשה זיך פרייען אום יום טוב (ברענגען א קרבן שמחה) וְשָׂמַחְתָּ בְּחַגֶּךָ (טז, יד) יא[4] יעדער
54 עשה זיך באווייזן אין בית המקדש אום יום טוב שָׁלוֹשׁ פְּעָמִים בַּשָּׁנָה יֵרָאֶה כָל זְכוּרְךָ אֶת פְּנֵי ה' אֱלֹקֶיךָ וגו' (טז, טז) ניין מענער
55 לאו זיך נישט באווייזן אין בית המקדש אום יום טוב אן א קרבן (עולת ראיה) וְלֹא יֵרָאֶה אֶת פְּנֵי ה' רֵיקָם. (טז, טז) ניין מענער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין פיר אנדערע דאטומען:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת ראה איז די דריטע אין די סעריע פון טרייסט-הפטרות אין די וואכן נאך תשעה באב - די שבע דנחמתא, און מען ליינט פון ספר ישעיהו, קאַפּיטל נ"ד, פסוק י"א, ביז קאַפּיטל נ"ה, פסוק ה' - "עֲנִיָּה סֹעֲרָה".

די ארגינעלע הפטורה פאר'ן פרשה, איידער די מנהג צו ליינען די שבע דנחמתא איז אנטוויקלט געווארן אין די תקופת הראשונים, ווערט געברענגט אין רמב"ם[7] אלס ירמיהו כג, ה–כד.

אין יארן וואס מען ליינט די פרשה די ערשטע טאג ראש חודש אלול, איז א מחלוקת ראשונים צי הפטורה פון ראש חודש שטופט אוועק די הפטורה פון שבע דנחמתא. דער מחבר פסק'נט מען זאל ליינען "עניה סוערה", און אזוי פירן זיך די ספרדים. דער רמ"א שרייבט מען זאל ליינען די הפטורה פון שבת ראש חודש - "השמים כסאי, און אזוי פירן זיך די אשכנזים[8]. ווען דער שבת געפאלט אום ערב ראש חודש, פירן זיך רוב קהילות צו ליינען עניה סוערה[9], אויסער אין פראנקפורט, וואו מען האט געליינט די הפטורה פון "מחר חודש". ווען מען ליינט "עניה סוערה" פירט מען זיך צו אנהויבן די הפטורה פון קאַפּיטל נ"ד, פסוק א' - "רני עקרה", וועלכע איז די ארגינעלע הפטורה פון פרשת כי תצא, אבער ווערט נישט געליינט יענע וואך זייענדיג די פינפטע פון די שבע דנחמתא - אלס השלמה[10].

דרויסנדיגע לינקס

טעקסט:

טייטש

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. ספר החינוך, מצוות תלותצ.
  2. ביי דיני ממונות
  3. 3.0 3.1 לויט ווי עס שטייט אין ספר החינוך; עס איז פארהאן א מחלוקת צווישן די ראשונים און אחרונים דערוועגן.
  4. זיך פרייען, אבער נישט די קרבן
  5. ארום 11.5% יארן.
  6. ארום 28% יארן.
  7. רמב"ם - סדר התפילה ה׳, ד'.
  8. שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ה, סעיף א'.
  9. רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סימן תקפ"א, סעיף א. וויבאלד אין די הפטורה פון "השמים כסאי" ווערט אויך דערמאנט פסוקים פון נחמה, ווידעראום אין די הפטורה פון "מחר חודש" נישט.
  10. רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סימן תכ"ה, סעיף ב, און סימן תקפ"א, סעיף א; רבי אפרים זלמן מרגליות, מטה אפרים, סימן תקפ"א, סעיף ה'; משנה ברורה, סימן תכ"ה, סעיף קטן ז'.


* ראה קאַטעגאָריע:אב קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען