פרשת בחוקותי

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg בחוקותי Arrow l.svg
פסוקים ויקרא כו, ג - כז, לד
צאל פסוקים 78 (46'סטע)
צאל ווערטער 1013 (47'סטע)
צאל אותיות 3992 (47'סטע)
אינהאלט ברכות און קללות; דינים פון הקדש, קדשים און מתנות כהונה
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (7)  לא תעשה (5)
ערכי אדם, קדשים-בהמה און די תמורה זאלן זיין קדשים, ערכי בהמה, ערכי בתים, ערכי שדות, הייליגן חרם צום כהן אדער הקדש, מעשר בהמה נישט מאכן תמורה, טוישן א בהמה צו א צווייטע קרבן, פארקויפן א פעלד פון חרם, אויסלייזן א פעלד פון חרם, פארקויפן מעשר בהמה
הפטורה
ספרדים און אשכנזים ירמיהו טז, יט - יז, יד
רוב תימנים יחזקאל לד, א–כז
איטאליענער און טייל תימנים יחזקאל לד, א–טו

פרשת בְּחֻקֹתַי איז די צענטע און לעצטע סדרה פון ספר ויקרא, און די 33'סטע פון דער תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"ו, פסוק ג', ביז סוף ספר - קאַפּיטל כ"ז, פסוק ל"ד, לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 57 פסוקים און פינף פרשיות - דריי פתוחות און צוויי סתומות.

רוב פון די פרשה פארנעמט ברכות און קללות געוואָנדן אין היטן די תורה; דאן ווערן אויסגערעכנט עטליכע דינים פון הקדש, קדשים און מתנות כהונה.

פרשת בחוקותי ווערט געליינט צווישן די דאטומען י"ט און כ"ז אייר. אין פשוט'ע יארן (אויסער הכז יארן אין א"י) ווערט בהר געליינט אינאיינעם מיט פרשת בהר[א]. ווען אינאיינעם באטרעפט די קריאה פון בהר און בחוקותי 135 פסוקים.

דער שבת ווערט גערופן "שבת חזק" צוליב דעם מנהג פון אויסרופן "חזק חזק ונתחזק!"[1] אדער "חזק חזק חזק"[2] ווען מען ענדיגט ליינען דעם ספר.

פרשה אינהאלט

די פרשה הייבט אן מיט ברכות פאר די וואס גייען מיט ג-ט'ס געזעצן, און קללות ("תוכחה") פאר די וואס נישט. די תורה ענדיגט די קללות מיט עטליכע פסוקים פון טרייסט-ווערטער: ”ואף גם זאת בהיותם בארץ אויביהם לא מאסתים ולא געלתים… וזכרתי להם ברית ראשונים”[3].

דאן ווערן אויסגערעכנט דינים פון ערכין - אריינגערעכנט ערכי אדם, בהמה, בתים און שדות; דינים פון תמורה, חרם'דיגע פארמעגן וואס מען געבט פאר די כהנים, און מעשר בהמה[4].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[5] זענען פארהאן צוועלף מצוות אין דער פרשה, זיבן עשין און פינף לאווין:

עשה / לאו מצוה מקור אקטועל היינט באפוילענע
1 עשה ערכין - אפשאצן די ווערד פאר קדשים, פון א מענטש אִישׁ כִּי יַפְלִא נֶדֶר בְּעֶרְכְּךָ נְפָשֹׁת לַה' (כז, ב) יא יעדער
2 לאו נישט אויפטוישן א קדשים-בהמה צו א צווייטע לֹא יַחֲלִיפֶנּוּ וְלֹא יָמִיר אֹתוֹ (כז, י) יא יעדער
3 עשה די קדשים-בהמה און די תמורה זאלן ביידע זיין קדשים וְהָיָה הוּא וּתְמוּרָתוֹ יִהְיֶה קֹּדֶשׁ (כז, י) יא יעדער
4 עשה ערכין פון א (טמא'נע) בהמה וְהֶעֱמִיד אֶת הַבְּהֵמָה לִפְנֵי הַכֹּהֵן. וְהֶעֱמִיד אֶת הַבְּהֵמָה לִפְנֵי הַכֹּהֵן (כז, יא–יב) ניין יעדער
5 עשה ערכין פון הייזער וְאִישׁ כִּי יַקְדִּשׁ אֶת בֵּיתוֹ קֹדֶשׁ לַה' וגו' (כז, יד–טו) ניין יעדער
6 עשה ערכין פון פעלדער וְאִם מִשְּׂדֵה אֲחֻזָּתוֹ יַקְדִּישׁ אִישׁ לַה' וגו' (כז, טז–כה) ניין יעדער
7 לאו נישט טוישן קדשים פון איין קרבן צום צווייטן לֹא יַקְדִּישׁ אִישׁ אֹתוֹ (כז, כו) יא יעדער
8 עשה געבן מוחרמ'דיגע פארמעגן פאר די כהנים אַךְ כָּל חֵרֶם אֲשֶׁר יַחֲרִם אִישׁ וגו' (כז, כח) ניין יעדער
9 לאו נישט האנדלען מיט חרם ...לֹא יִמָּכֵר (כז, כח) יא יעדער
10 לאו נישט אויסלייזן חרם ...לֹא יִמָּכֵר (כז, כח) יא יעדער
11 עשה אפשיידן יערליך מעשר בהמה וְכָל מַעְשַׂר בָּקָר וָצֹאן כֹּל אֲשֶׁר יַעֲבֹר תַּחַת הַשָּׁבֶט הָעֲשִׂירִי יִהְיֶה קֹּדֶשׁ לַה' (כז, לב) יא (מה"ת) יעדער
12 לאו נישט פארקויפן מעשר בהמה ...לֹא יִגָּאֵל (כז, לג) יא יעדער

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה קען געפאלן אין זיבן (אין א"י, אין חו"ל זעקס) אנדערע דאטומען:

אינאיינעם מיט פרשת בהר:

באזונדער:

אין ארץ ישראל באזונדער, אין חוץ לארץ אינאיינעם:

הפטורה

די ספרדים און אשכנזים ליינען די הפטורה אין ספר ירמיהו, קאַפּיטל ט"ז, פסוק י"טקאַפּיטל י"ז, פסוק י"ד[6] (די הפטורה פון בהר ביי די תימנים), אין די נבואה פון ירמיהו איבער די ברכות פאר די וואס פארלאזן זיך אויף ג-ט, און קללות פאר די וואס נישט. די תימנים און איטאליענער ליינען אין ספר יחזקאל, קאַפּיטל ל"ד, פון פסוק א'[7]; רוב תימנים ענדיגן ביי פסוק כ"ז, און די איטאליענער און טייל תימנים ביי פסוק ט"ו. ביי די ראָמאַניאטן ליינט מען ספר ישעיהו, קאַפּיטל א', פסוק י"ט - קאַפּיטל ב', פסוק י"א.

דרויסנדע לינקס

טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת בחוקותי", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

נאטיצן

  1. כדי צו צופאסן די 54 פרשיות צו די מערסטנס 48 שבתים אין א שנה פשוטה אין וועלכע מען ליינט א פרשה, ימים טובים אויסגעשלאסן.

רעפערענצן



* בחוקותי קאַטעגאָריע:אייר קאַטעגאָריע:המכלול ארטיקלען