אלעזר הכהן
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:באאמטער
פאראמעטער [ קבורה ארט, טויט ארט, אפשטאמלינגען, אידישע טויט דאטום ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
געבורט | מצרים | ||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|
מדינה | מצרים, ארץ ישראל | ||||||
| |||||||
|
אֶלְעָזָר הכהן איז געווען דער דריטער זון פון אהרן הכהן און פלומעניק פון משה רבינו. ער האט געדינט אלס דער צווייטער כהן גדול, נאך זיין פאטער'ס פטירה.
אלעזר איז אויך געווען דער "נשיא נשיאי הלוי"[1]. ער איז אויך געווען דער הויפט פאראנטווארטליכער אויף די "שומרי משמרת הקודש" און אויף די כלים פון משכן ביים אריבערפירן דעם משכן פון איין פלאץ צום אנדערן, און מיט דעם איז ער געווען דער ערשטער אמרכל[2].
לעבן און שאפן
אלעזר איז געווען א קינד פון אהרן מיט אלישבע בת עמינדב, א שוועסטער פון נחשון[3]. איבער דעם יאר פון זיין געבורט זענען פארהאן עטליכע דעות[א]. לויט איין מקור, איז ער געווען א צווילינג מיט זיין יונגערער ברודער איתמר[6].
לויט איין מיינונג אין חז"ל איז ער געווען אן איידעם ביי יתרו און שוואגער פון משה רבינו[7], און לויט אַן אַנדער מיינונג, איז ער געווען אַן איידעם ביי אפשטאמיגע פון יתרו וואָס האבן אויך געשטאמט פון יוסף[8]. אנדערע מפרשים טייטשן אז ער האט חתונה געהאט מיט א טאכטער פון פוטיאל, וועלכער איז געווען א באקאנטער איד אין זיין דור[9].
זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען געווען נדב און אביהוא, וועלכע זענען ארויפגערופן געווארן צום הר סיני ארום די טעג פון מתן תורה[10]. לויט רבי יצחק אברבנאל איז אויך אלעזר ארויפגערופן געווארן צוזאמען מיט זיין יונגערער ברודער איתמר, אין כלל פון די זיבעציג זקנים[11].
זיינע צוויי עלטערע ברידער זענען אומגעקומען אין טאג פון חנוכת המשכן, "בהקריבם אש זרה לפני ה'"[12], דאן איז געבליבן מיט אים נאר זיין יונגערער ברודער איתמר וואס האט געדינט אלס כהן.
אלעזר איז נפטר געווארן אין זעלבן יאר ווי יהושע בן נון[13], אין יאר ב'תקי"ז[14]. זיין זון פינחס האט אים איבער גענומען אין די ראלע פון כהן גדול.
די כהונה גדולה איז געבליבן ביי די אפשטאמיגע פון אלעזר, ביז צו די צייטן פון עלי הכהן וועלכער האט געשטאמט פון איתמר. עס איז צוריקגעקומען אין די צייטן פון צדוק, ווען אביתר איז פארטריבן געווארן דורך שלמה המלך[15].
קבר אלעזר
לויט געוויסע אידישע, און להבדיל שומרונ'ישע און אראבישע מסורות, איז אלעזר באערדיגט געווארן אין גבעת פינחס וואס איז אין עוורתא, פון דרום-מזרח צו שכם. די ערשטער עדות איבער דעם פלאץ, איז איבערגעגעבן געווארן דורך רבי יעקב השליח (א תלמיד פון רבי יחיאל פון פאריז) וואס האט באזוכט דארט ארום די יאר טויזנט לויט די ציווילע רעכענונג:
וכפר עוורתא לשמאל העולה לירושלים... הוא קבר אלעזר בן אהרן הכהן והוא בנין מפואר מאוד.."
— הילולת אלעזר ואיתמר בני אהרן, אויף יש"ע זייטל
טויזנטער גייען ארויף אהין אין א' אב[מקור פארלאנגט], צום יארצייט פון זיין טאטן אהרן הכהן. אין דעם טאָג טוען פילע מיליטערישע קרעפטן באַוואכן דעם אָרט. די "אגודת יסוד עולם" ארגאניזאציע, וואס פירט אן מיט די באזוכן[16], נעמט אויף זיך אויך די מיה אויסצומעקן די פיינטליכע אויפשריפטן וואס ווערן געשריבן אויף דער מצבה דורכאויס דעם יאר.
אין כ' אב ה'תשע"א איז דער קבר וואנדאליזירט געווארן מיט אראבישע גראפיטי און א צייכענונג פון א ראקעט ארויסשיסער[מקור פארלאנגט].
אין אדר ה'תשע"ב איז דער קבר ווידעראמאל וואנדאליזירט געווארן מיט אויפשריפטן וואס האבן באלויבט די רוצחים פון די איתמר אטאקע (העב') וואו די פויגל פאמיליע איז אומגעקומען[17][18].
זעט אויך
- משפחה בוים פון תנ"ך פערזענליכקייטן - פון תרח ביז שלמה.
צו ליינען מער
- הרב ישראל דנדרוביץ, בני אהרן הנותרים, אין: קובץ פעמי יעקב, גיליון סה-סו, כסלו תשס"ח, זייטן: קה - קי.
נאטיצן
רעפערענצן
- ↑ במדבר ג, לב
- ↑ תלמוד ירושלמי, מסכת שבת, פרק י', הלכה ג'.
- ↑ שמות ו, כג
- ↑ במדבר רבה, פרשה ג', פסקה ז'
- ↑ ספר הזוהר, פרשת אחרי מות; זעט מגלה עמוקות, פרשת ואתחנן אופן צ'.
- ↑ אמרי מאיר דרוש כ"ט, בשם בעל נהרי אפרסמון
- ↑ שמות ו, כה. זעט אין רש"י, סנהדרין פב, ב, ד"ה אבי אמו
- ↑
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:בבלי
פאראמעטער [ ללא ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:בבלי) נמצא פרמטר לא בשימוש "ללא=".בבא בתרא קי, א - ↑ ראב"ע, שמות ו, כה; רמב"ן, שמות ו, כג, אין צווייטן פשט
- ↑ שמות כד, א. זעט דארט אין די מפרשים אז דאס איז געווען אין די שלשת ימי הגבלה (רש"י), אדער אין טאג פון מתן תורה נאך דעם מעמד הר סיני (ראב"ע)
- ↑ אברבנאל, שמות כד. דער בעל הטורים שרייבט דארט אבער אז אלעזר און איתמר זענען נישט ארויפגעקומען
- ↑ במדבר ג, ד
- ↑ סדר הדורות שנת ב"א תקט"ז
- ↑ דער יאר איז לויט'ן ציילונג וואס איז היינט אנגענומען (אין וועלכע דער יעצטיגער יאר איז ה'תשפ"ה), וואס הייבט זיך אן פון ערשטן טאג צום בריאת העולם. אין ספר סדר הדורות און אויף אסאך אנדערע פלעצער ווערן די יארן גערעכנט אנדערש, אנגעהויבן פון טאג ווען אדם הראשון איז באשאפן געווארן, אין צווייטן יאר לבריאת העולם (דער ערשטער יאר לבריאת העולם, גערופן "שנת תוהו", האט אנטהאלטן בלויז פינף טעג). לויט די שיטה, דארף מען אראפרעכענען איין יאר פון חשבון.
איבער די חילוקים אין חשבון, זעט אויך יאר ציילונגען אין דער לוח. - ↑ זעט: שמואל א' ב, ל–לו; מלכים א' ב, כו–כז
- ↑ אפרים מורנו, הילולת "שבעים הזקנים" בעוורתא, בשבע, 31 יאנואר 2012
- ↑ יתד נאמן, כ' שבת תשע"ב, י. סבר
- ↑ חדשות 2, הושחת קבר אלעזר הכהן בשומרון, אויפ'ן מאקו וועבזייטל, 31 אקטאבער 2011
ספר יהושע | ||
---|---|---|
אריינקום אין ארץ ישראל | מעבר הירדן • שליחת המרגלים ליריחו • ברית המילה בגלגל • מפגש יהושע עם המלאך | |
כיבוש הארץ | מלחמת יריחו • מלחמת העי הראשונה • מעל עכן וענישתו • מלחמת העי השנייה • מעמד הר גריזים והר עיבל • דער בונד מיט די גבעונים • מלחמת מלכי הדרום • שמש בגבעון דום • מלחמת מלכי הצפון | |
חלוקת הארץ לשבטים | נחלת שבט ראובן • נחלת שבט גד • נחלת שבט יהודה • נחלת שבט מנשה • נחלת שבט אפרים • נחלת שבט בנימין • נחלת שבט שמעון • נחלת שבט זבולון • נחלת שבט יששכר • נחלת שבט אשר • נחלת שבט נפתלי • נחלת שבט דן • ערי הלויים • ערי המקלט | |
אויספיר פון ספר יהושע | מזבח ראובן וגד • נאום יהושע • דער בונד אין שכם | |
פערזאנען אין ספר יהושע | יהושע בן נון • רחב • עכן בן כרמי • אדוני צדק • הוהם מלך חברון • דביר מלך עגלון • יפיע מלך לכיש • פראם מלך ירמות • הורם מלך גזר • יבין מלך חצור • כלב בן יפונה • אלעזר הכהן • עתניאל בן קנז • עכסה • אדני בזק |