רוי:תלמידים פון מעזריטשער מגיד
דער מעזריטשער מגיד - רבי דוב בער פון מעזריטש זצ"ל - איז אויסגעוועלט געווארן צו זיין דער ממלא מקום פון בעש"ט נאך זיין פטירה.
דער רבי ר' בער האט שטארק פארשפרייט דאס חסידות דורך זיינע תלמידים, און ער האט צוגעצויגן אסאך גרויסע אידן, רבנים און צדיקים.
נאך וואס דער הייליגער 'גרויסער מגיד' רבי ר' בער פון מעזריטש איז נסתלק געווארן, האבן רוב תלמידים אנגענומען אז דער ממשיך זאל זיין רבי ר' מנחם נחום פון טשערנאביל, זייענדיג נאך פון די תלמידי בעש"ט, אבער וויבאלד איינע פון די יונגע תלמידים - דער בעל התניא האט נישט מסכים געווען, דערפאר איז געווארן עטליכע ממלאי מקום. חסידים האבן געזאגט, אז ווען ס'וואלטן אלע מסכים געווען אז ר' נחום זאל איבערנעמען, וואלט געווען איין ממשיך ביז משיח'ס טאג.
תלמידים וואס זענען פאר זיך באשריבן
לויט דעם סדר פון א"ב
- רבי אברהם המלאך (ה'ת"ק - י"ב תשרי ה'תקל"ז).
- רבי אהרן הגדול פון קארלין (ה'תצ"ו - י"ט ניסן ה'תקל"ב).
- רבי אלימלך פון ליזשענסק ( - כ"א אדר ה'תקמ"ו), דער נועם אלימלך.
- רבי ברוך פון מעזשביזש (ה'תקי"ג - י"ח כסלו ה'תקע"ב)
- רבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוו (ה'תפ"א - כ"ה אלול ה'תקמ"ו), דער מגיד אין זלאטשאוו.
- רבי יעקב יוסף פון אוסטראה ( - כ' תשרי ה'תקנ"א).
- רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב (ה'ת"ק - כ"ה תשרי ה'תק"ע), רב אין בארדיטשוב.
- רבי מנחם מענדל פון וויטעבסק (ה'ת"ץ - א' אייר ה'תקמ"ו) רבי פון וויטעבסק
- רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל (ה'ת"ץ - ה'תקנ"ח), מגיד פון טשערנאביל.
- רבי משה חיים אפרים פון סדילקאוו (ה'תק"ח - י"ז אייר ה'תק"ס).
- רבי משולם זושא פון האניפאלי (ה'תס"ה - ב' שבט ה'תק"ס).
- רבי פנחס הורוויץ (ה'תצ"א - ד' תמוז ה'תקס"ה), רב אין פראנקפורט.
- רבי שלמה לוצקער ( - י' שבט ה'תקע"ג), מגיד אין סקאהל, דער דברת שלמה.
- רבי שמואל שמעלקא הורוויץ (ה'תפ"ו - א' אייר ה'תקל"ח), רב אין ניקאלשבורג.
- רבי שניאור זלמן פון לאדי (ה'תק"ה - כ"ד טבת תקע"ב), דער בעל התניא.
תלמידים וואס זענען נאך נישט באשריבן
- רבי זאב וואלף פון טשארנא-אוסטראה ( - ה' אדר ה'תקפ"ג).
- רבי חיים טירער (ה'תק"ך - כ"ז כסלו ה'תקע"ח), רב אין טשערנאוויץ.
- רבי משולם פייוויש העלער ( - כ' כסלו ה'תקנ"ה), פון זבאריזש, דער "יושר דברי אמת".
די רשימה איז זיכער נישט פערטיג!!
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!