רוי:משניות
משניות איז א זאמלונג פון הלכות פון די צייטן פון די תנאים רעדאקטירט דורך ר' יהודה הנשיא אין אנפאנג פון דעם 3טן יארהונדערט.
משניות איז איינגעטיילט אויף 6 סדרים, און יעדע סדר איז צעטיילט אין פרקים, און יעדע קאפיטל איז צעטיילט אין משנה'עס. דאס זענען די 6 סדרים:
- סדר זרעים - פארטוט זיך אין הלכות בנוגע ערדפלאנצונג (11 מסכתות).
- סדר מועד - פארטוט זיך אין הלכות שבת און יום טוב (12 מסכתות).
- סדר נשים - פארטוט זיך אין הלכות קידושין און גירושין (7 מסכתות).
- סדר נזיקין - פארטוט זיך אין דיני ממונות און משפט (10 מסכתות).
- סדר קדשים - פארטוט זיך אין הלכות וועגן דער מקדש און וועגן קורבנות (11 מסכתות).
- סדר טהרות - העוסק בעניני טהרה (12 מסכתות).
דער אנפאנג פון דער ערשטער מסכתא איז:מאימתי קורין את שמע בערבין: משעה שהכהנים נכנסין לאכול בתרומתן, עד סוף האשמורת הראשונה, דברי רבי אליעזר. וחכמים אומרין, עד חצות. רבן גמליאל אומר, עד שיעלה עמוד השחר. מסכת ברכות (פרק א')
פירושים אויף משניות
- פירוש המשניות פונעם רמב"ם. דעם פירוש האט דער רמב"ם געשריבן אויף אראבישן זשארגאן; שפעטער האט מען אים איבערגעזעצט אויף לשון הקודש.
- פירוש הרע"ב פון רבנו עובדיה פון בארטענורע. (אויפן סטיל פון פירוש רש"י)
- "תוספות יום טוב" פון רבי יום-טוב ליפמאן העלער (אזוי ווי "תוספות" אויף רש"י, אויפן פירוש פונעם רע"ב)
- "מלאכת שלמה" פון רבי שלמה עדני
- "תפארת ישראל" פון רבי ישראל ליפשיץ
דרויסנדע לינקס
משניות אויפן וועב [1]
רעפערענצן
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!