רוי:יום כיפור
יום כיפור איז דער הייליקסטער אידישער פייער–טאָג און תענית אין דעם 10טן טאָג אין חודש תשרי (י' תשרי). עס הייבט זיך אָן מיט דער נאַכט פון 9טן אויפן 10טן פון תשרי. אין חומש ויקרא (כ"ג) ווערט וועגן דעם געזאָגט אַז דער 10טער טאָג אין 7טן חודש (תשרי) איז יום הכּפּוּרים, דער טאָג פון פאַרגעבן די זינד. ועניתם את נפשותיכם, מען טאָר נישט טאָן קיין אַרבעט, שבת שבתון העכסטער רו–טאָג. אין חומש ויקרא ט"ז ווערט געזאָגט, אַז אין דעם טאָג איז דער כהן גדול אַריינגעגאַנגען אין קודש הקדשים צו בעטן פאַר זיך און פאַרן עם ישראל.
ביים דאווענען איז יום כיפור אויסגעצייכנט מיט צוויי זאכן: ביי יעדער תפילה זאגט מען ווידוי, און ס'איז דא נאך א תפילה, נעילה, וואס א גאנץ יאר דאווענט מען נישט.
ביים ליינען די תורה אינדערפרי רופט מען אויף זעקס מענטשן (אחוץ ווען ער געפאלט שבת, דעמאלסט רופט מען אויף זיבן אזוי ווי יעדן שבת). ביי מנחה ליינט מען אין פרשת אחרי מות, און מען רופט אויס דריי מענטשען, דערנאך ליינט מען אין דער הפטורה פון יונה.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!