רוי:עיקרי אמונה

ווערסיע פון 09:45, 30 יאנואר 2023 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (קאטעגאריע, אינערליכע פארבינדונגען)
אידן און אידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שולחן ערוך
אידישע שטרעמונגען
אידן · חרדים · חסידים · ארטאדאקסן
הויפט פערזענליכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא הסופר · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · רבי יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
אויסגעשלאסענע שטרעמונגען
שומרונים · קראים · מינים
קאנסערוואטיווער · רעפארמער
זעט אויך
גיור · אנטיסעמיטיזם

עס זענען פארהאן פאשידענע ווערסיעס אין די עיקר פרינציפען פון די אידישע רעליגיע, אבער די מערסטע באקאנט און אנגענומען איז די רמב"םס ווערסיע.

אין לויף פון מיטל אלטער איז דאס באשריבן געווארן פיל ווערסיעס קיין איינס איז נישט געווארן עפעס א יסוד. פון דעסטוועגן דאך, זענען די עקרים די הויפט אויספארעמער און ווערט באטראכט אלס הארב און גאר וויכטיג אין דעם רעליגיע טייל פון אידישקייט אז מען איז פארפליכטעט דערין צו גלייבן.

צווישן די פארשרייבער און ציילער פון די עיקרים פארעכענט זיך ר' סעדיה גאון אויף זיין פירוש אויף תורה רעכענט ער אויס 10 עקרים. דער רמב"ם אין זיין פירוש אויף משניות רעכענט אויס 13. דער חכם פון די קראים יהודה בן אליהו הדסי 10, רבי חסדאי קרשקש 6, רבי יוסף אלבו 3, און רבי יצחק אברבנאל רעכענט בלויז איין עיקר - די באשאפונג.

עיקרים לויט ר' סעדיה גאון

רבי סעדיה גאון איז געווען דער ערשטער וואס האט דאס פארשריבן אפציציילן אין זיין פירוש אויף ספר שמות. די צען עיקרים וואס ער ציילט צוטיילט זיך אין 3 טעמעס:

עיקרים לויטן רמב"ם

דער רמב"ם האט אויסגעשטעלט די אידישע פרינציפן אין 13 עיקרים, וואס אין דעם מוז יעדער איד לויט אים גלייבן.

אינעם אריינפיר צו זיין פירוש אויף פרק "חלק" פון מסכת סנהדרין פון די משנה צייכענט דער רמב"ם אן די עיקרים פון אידישקייט און שטעלט זיי אויף דרייצען.

דאס קען ווערן צוטיילט אין 3 הויפט גרופעס:

  • די ערשטע גרופע איז איבער די פאקט פון א גאט און זיין איינציגקייט.
  • די צווייטע גרופע רעדט זיך איבער די פרינציפ אז תורה איז פון הימל און איבער נבואה.
  • די דריטע גרופע איז עוסק איבער די טואונגן פון גאט אויף די וועלט און אפצאל און שטראף.

די דרייצען פרינציפן זענען ווי פאלגענד:

  1. דער פאקט פון א גאט - אלע זאכן וואס זענען אין פאקט זענען באשפאן דורך אים, און ער איז דער אייציגסטער פאקט וואס איז נישט אנגעוואנדען אדער באשפאן דורך אן אנדערן.
  2. איין גאט - ד.ה. מ'קען אים נישט צוטיילן אדער צונעמען, און גארנישט איז נישט גלייך צו זיין מהות.
  3. גאט איז נישט קיין פיזישקייט און קיין שום פיזישקייט קען אים נישט באייפלוסן.
  4. גאט איז פאר אלעם געווען - ד.ה. אלע זאכן אחוץ אים (סיי פיזישע און סיי גייסטישע) זענען געווארן נאך אים.
  5. דער איינציגסטער וואס איז ווערד מען זאל אים דינען, און אלע אנדערע באשאפנישן קענען גארנישט טאן אן אים, אדער אנקעגן זיין ווילן, און דערוועגן טאר מען אויך נישט דינען דעם באשעפער דורך זיי.
  6. פאקט פון א באגריף וואס הייסט נבואה; מענטשען קענען זיין נביאים.
  7. די ספעציעלע נבואה פון משה רבנו - זיין נבואה איז גרעסער פון אלע נביאים וואס זענען געווען און וועלן זיין מיט 4 זאכן: ער איז דער איינציגער וואס האט באקומען די נבואה אן א מחיצה, אן קיין שוואכקייט, וואך און ווען אימער. דורך דעם, איז משה רבינו אנגעקומען און געגרייכט א גרעסערע שטאפל פון נבואה וואס קיינער קען נישט און האט נישט באגריפן איבער גאט און זיין ווילן.
  8. די תורה איז געגעבן פון הימל - צו גלייבן אז אלע פינעף בענדער פון חומש איז אלעס א קאפי וואס משה רבינו האט איבערגעקאפיט פון גאטס מויל ווארט אויף ווארט, און נישט ער און קיין איינער אנדערשט האט נישט צוגיילגט אפילו איין אות אויך נישט.
  9. מען טאר נישט פארמערן אדער פארמינערן פון די מצוות פון די תורה, סיי פון תורה שבכתב און סיי תורה של בעל פה.
  10. גאט ווייסט אלע טוענגן פון די מענשטן.
  11. גאט צאלט אפ פאר די וואס האלטן איין די מצוות פון די תורה, און ער שטראפט איינער וואס איז חלילה עובר אויף א עבירה.
  12. קימונג פון משיח - צו גלייבן אז עס וועט קומען א געזאלבטער פון בית דוד און ער איז גרעסער פון אלע קעניגען.
  13. די טויטע וועלן ווערן לעבעדיג.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!