פרשת תצוה

פון המכלול
ווערסיע פון 23:39, 20 פעברואר 2023 דורך נייטראלער (שמועס | ביישטייערונגען) (רעדאגירונג, פארברייטערט)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשת שבוע

פאראמעטער [ הפטרה1 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

Arrow r.svg תצוה Arrow l.svg
פסוקים
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".שמות כז, כ -
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".ל, י
צאל פסוקים 101
צאל ווערטער 1412
אינהאלט די מצוות פון הדלקת הנרות במקדש, בגדי כהונה, שבעת ימי המילואים
מצוות אין דער פרשה לויטן ספר החינוך
עשה (4)  לא תעשה (4)
הדלקת הנרות במקדש, בגדי כהונה, אכילת קדשי קדשים לכהנים, קטורת הסמים אראפנעמען דעם חושן פונעם אפוד, צערייסן דעם מעיל פונעם כהן גדול, א זר צו עסן קדשי קדשים, מקריב צו זיין עפעס אנדערש ווי קטורת אויפן מזבח הזהב
בגדי כהן גדול

פרשת תְּצַוֶּה איז די אכטע פרשה אין ספר שמות. די פרשה גייט פון כז, כ, ביז ל, י, לויטן אנגענומענעם וועג פון רעכענען די קאפיטלען.

די פרשה זעצט פאר מיט די אנווייזונגען פונעם אייבערשטן צו משה רבינו איבערן אויפשטעלן דעם משכן.

פרשת תצוה ווערט געליינט צווישן די דאטומען ח' אדר און ט"ו אדר (אין אן עיבור יאר, אדר א').

פרשה אינהאלט

די פרשה הייבט זיך אן מיטן אייבערשטנ'ס ווערטער צו משה: "ואתה תצוה את בני ישראל" (אין אידיש: דו זאלסט באפעלן די אידן), אן צו באצייכענען צו וועמען די ווערטער זענען געוואנדן - משה; גלייכצייטיג איז דאס די איינציגסטע פרשה צווישן די חומשים, שמות, ויקרא און במדבר, וואו ס'ווערט אינגאנצן נישט דערמאנט משה רבינו'ס נאמען. דאס איז פארבינדן מיט דעם וואס אין דער קומענדיגער פרשה, פרשת כי תשא, נאכן חטא העגל, האט משה געזאגט פארן אייבערשטן: "וְעַתָּה אִם תִּשָּׂא חַטָּאתָם, וְאִם אַיִן - מְחֵנִי נָא מִסִּפְרְךָ אֲשֶׁר כָּתָבְתָּ" (טאמער פארגעבסטו די אידן אויפן חטא העגל, איז גוט, און אויב נישט מעק אויס מיין נאמען פון דער תורה) - דערפאר איז זיין נאמען אויסגעמעקט פון דער פרשה.[1]; און טראצדעם וואס ער האט דאס בלויז געזאגט אלס "תנאי", טאמער דער אייבערשטער איז נישט מוחל דעם חטא העגל, איז אבער דער כלל אז א "קללת חכם", אפילו מיט א תנאי, ווערט אויסגעפירט[2]. אויך איז דאס פארבינדן מיט דעם וואס די פרשה געפאלט אין דער וואך פון ז' אדר, די יארצייט פון משה רבינו[3]

אנהייב פרשה ווערט משה באפוילן פונעם באשעפער צו נעמען אויל פאר הדלקת המנורה טאג טעגליך.

די ערשטע האלב פרשה באשעפטיגט זיך מיט די באפעלן צו מאכן די בגדי כהונה פאר אהרן און זיינע קינדער, די כהנים. די בגדי כהן גדול זענען ווי פאלגנד: דער חושן, דער אפוד, דער ציץ, דער מעיל, דער כתונת, דער מצנפת, דער אבנט און די מכנסיים. פאר די אנדערע כהנים (כהן הדיוט) זענען פארהאן נאר פיר בגדי כהונה, ווי פאלגנד: כתונת, אבנט, מגבעת און מכנסיים.

די צווייטע האלב פרשה ענטהאלט דעם באפעל צו ברענגען ספעציעלע קרבנות אין די שבעת ימי המילואים לכבוד'ן באנייען דעם משכן. אויך זענען פארהאן אין דער פרשה די באפעלן צו ברענגען דעם קרבן תמיד, צו בויען דעם מזבח הזהב אויף מקטיר צו זיין דערויף די קטורת הסמים. אין די לעצטע פסוקים פון דער פרשה ווערט אויך דערמאנט א רמז איבער יום כיפור, איינמאל אין יאר ווען מ'וועט מעגן נוצן דעם מזבח הזהב אויף אן אנדער צוועק[4].

מצוות אין דער פרשה

לויט ווי ס'איז אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך זענען פארהאן זיבן מצוות אין דער פרשה:

די מצוות מקור די מצוה איז אקטועל היינטיגע צייטן די וואס זענען באפוילן
צינדן די מנורה אין בית המקדש. יַעֲרֹךְ אֹתוֹ אַהֲרֹן וּבָנָיו.[5] ניין די כהנים
די כהנים זאלן אנטון בגדי כהונה. וְעָשׂוּ בִגְדֵי קֹדֶשׁ לְאַהֲרֹן אָחִיךָ וּלְבָנָיו.[6] ניין כהנים-מענער
איסור אראפצונעמען דעם חושן פונעם אפוד וְלֹא יִזַּח הַחֹשֶׁן מֵעַל הָאֵפוֹד.[7] ניין יעדער
איסור צו צערייסן דעם עק פונעם מעיל פונעם כהן גדול לֹא יִקָּרֵעַ.[8] ניין יעדער
עסן דאס פלייש פון קרבן חטאת און אשם וְאָכְלוּ אֹתָם אֲשֶׁר כֻּפַּר בָּהֶם.[9] ניין כהנים-מענער
מקטיר זיין קטורת וְהִקְטִיר עָלָיו אַהֲרֹן קְטֹרֶת סַמִּים בַּבֹּקֶר בַּבֹּקֶר בְּהֵיטִיבוֹ אֶת הַנֵּרֹת יַקְטִירֶנָּה.[10] ניין כהנים-מענער
איסור מקריב צו זיין עפעס אנדערש ווי קטורת אויפן מזבח הזהב לֹא תַעֲלוּ עָלָיו קְטֹרֶת זָרָה וְעֹלָה וּמִנְחָה וְנֵסֶךְ לֹא תִסְּכוּ עָלָיו.[11] ניין כהנים


דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין צען אנדערע דאטומען, ווי פאלגנד:

מפטיר און הפטורה

  • רוב יארן ווערט פרשת תצוה געליינט א שבת בעפאר פורים וואס דערין ווערט אויך געליינט פרשת זכור און מ'זאגט דאן די הפטורה פון שבת זכור.
  • אין אן עיבור-יאר, ליינט מען די הפטורה פון פרשת תצוה, וואס דאס איז אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:תנ"ך

    פאראמעטער [ קצר ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:תנ"ך) נמצא פרמטר לא בשימוש "קצר=".יחזקאל מג, י–כז, וועלכע רעדט איבער די פונקטליכע מאסן פונעם בנין בית המקדש און די קרבנות המילואים. אויסער ביי די ראָמאַניאָטן וואס די הפטורה איז פון ירמיהו יא, טז, ביז יב, טו.
  • אין זחא יארן, ווען פרשת תצוה ווערט געליינט שבת שושן פורים, ווערט עס צעטיילט ווי פאלגנד: אין די שטעט וואס זענען מוקפות חומה מימות יהושע בן נון, וואו מען ליינט אויף מפטיר די קריאה פון פורים (מלחמת עמלק), איז די הפטורה פון שבת פורים (ד.ה. די הפטורה פון שבת זכור); אין אנדערע שטעט, ליינט מען די געווענליכע הפטורה פון פרשת תצוה.

וועבלינקען


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פאראמעטער [ בר-אילן, ממרא, ישיבה, תורת אמת פרשה, נחמה, תורת אמת ספר, פרשה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת תצוה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. זוהר, פרשת פנחס, דף רמ"ו, עמוד א'
  2. זוהר חדש אויף שיר השירים, דף ע"ד, עמוד ב'

  3. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    רבי מנחם נחום טשערנאבילער, מאור עינים: ”כי הנה חל סדר תצוה בשבוע שחל בה ז' אדר, הוא בחינת הסתלקות משה, ולכן לא נזכר שמו בסדר פרשה זו, כי נסתלק משה”.
    אזוי אויך אין
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ 5 ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    קהלת יצחק, אינעם נאמען פונעם גר"א: ”עשה נא אזנך כאפרכסת ושמע נא דבר נכבד ונעלה אשר שמעתי בשם אדמו"ר רשכבה"ג אור ישראל וקדושו הגר"א מווילנא זללה"ה, והוא משום דז' אדר נופל תמיד בפרשה תצוה [רק לפעמים רחוקות שפרשה תצוה נופל אחר ז' אדר], והשם יתברך ויתעלה שמו, הצופה ומביט עד סוף כל הדורות, ידע מראש כי בז' אדר יסתלק משה רבינו ע"ה, לזאת לא זכר שמו בפרשה הזאת לרמז על זה”.
  4. אויך ווען מ'ברענגט א פר כהן המשיח, אדער א פר העלם דבר של ציבור נוצט מען דעם אינעווייניגסטן מזבח, אבער דאס האט די תורה נישט געהאלטן אלס וויכטיג דא צו דערמאנען, וויבאלד דאס זענען נישט קיינע קביעות'דיגע קרבנות. אבן עזרא אויף שמות ל, י
  5. שמות כז, כא
  6. שמות כח, ד
  7. שמות כח, כח
  8. שמות כח, לב
  9. שמות כט, לג
  10. שמות ל, ז
  11. שמות ל, ט


תצווה *

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער