כ"ט חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ט חשון איז דער ניין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
מאנטאג | תולדות |
בשה בחה בשז בחג |
מיטוואך | תולדות |
גכה גכז |
דאנערשטאג | תולדות |
הכז השא החא השג |
שבת | תולדות |
חגים וזמנים
- ערב ראש חודש - יום כיפור קטן
- סיגד – א יום טוב פון רייניגונג און זיך הייליגן ביי די פאלאשן, פופציג טעג נאך יום כיפור
געשעענישן
- ה'תרע"ט – ענדע פון די ערשטע וועלט-מלחמה: דער וואפן שטילשטאנד מיט עסטרייך גייט אריין אין קראפט
- ה'תש"ח – בריטן פאלן איבער א לח"י קורס אין רעננה, פון וואס פינף קומען אום
- ה'תשמ"ו – די נעוואדא דעל רואיז וואולקאן אין קאלאמביע רייסט אויף, און ברענגט אום איבער 23,000 מענטשן
- ה'תשס"ט - אנהייב פון דער טעראר אטאקע אין מומביי
- ה'תשע"ג – אנהייב פון עמוד ענן אפעראציע, ווען עס ווערט ליקווידירט אחמאד אלזשעברי, קאמאנדיר פון די אל-קאסאם בריגאדע אין עזה פאס
- ה'תשפ"ג – דאפלטע טעראר אטאקע אין ירושלים ברענגט אום צוויי און פארוואונדעט 46
געבוירן
- ה'תקע"ז – רבי נפתלי צבי יהודה בערלין, דער נצי"ב, ראש ישיבה פון וואלאזשינער ישיבה (נפטר ה'תרנ"ג)
- ה'תרכ"א – רבי דוד הורוויץ, רב פון קאזלאוו און סטאניסלאוו, מחבר פון "אמרי דוד" (נפטר ה'תרצ"ה)
- ה'תרס"ח – רבי שלמה שוסטער, א בארימטער עילוי און מתיר עגונות, רב און ראב"ד אין לאדזש (נפטר ה'תשכ"ח)
- ה'תרפ"ד – הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום), דאקטאר פון היסטארישער וויסנשאפט, ראש ישיבה פון א הסדר ישיבה, גערופן פאשקאנער רבי (נפטר ה'תשע"ז)
- ה'תש"א – רבי יהודה כהן, ראש ישיבת יקירי ירושלים, נשיא פון ישיבות באר התלמוד, און א מיטגליד פון מועצת חכמי התורה
- ה'תש"ה – רבי אברהם וויינבערג, אדמו"ר פון סלאנים
- ה'תשכ"א – משה כחלון, געוועזענער פינאנץ מיניסטער און כנסת דעפוטאט אין מדינת ישראל
יארצייטן
- ה'תרי"ג – רבי יצחק אייזיק חבר, א מקובל און א רב אין עטליכע ליטווישע שטעט, מחבר פון "פתחי שערים" (געבוירן ה'תקמ"ט)
- ה'תרכ"ה – רבי עבדאללה בן משה חיים, א רב, ראש ישיבה און סוחר פון באגדאד און ירושלים, פעטער פון רבי יוסף חיים פון באגדאד[1]
- ה'תרכ"ח – רבי ידידיה מונסוגייגו, א דיין און פוסק אין פעס, מחבר פון "דבר אמת" (געבוירן ה'תקנ"ט)
- ה'תרל"א – רבי נתן עמרם, הויפט רב פון אלעקסאנדריע און א שד"ר (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרל"ג – רבי שמעון יהודה פונפעדער, רב פון טאקיי
- ה'תרל"ה – ישראל ב"ק, א מוציא לאור און עסקן אין ישוב הישן, באנייער פון אידישע דרוקעריי אין ארץ ישראל
- ה'תרע"ו – רבי אברהם בנימין קלוגער, א רב אין מחבר ספרים פון גאליציע, זון און נאמן בית פון רבי שלמה קלוגער (געבוירן ה'תר"א)
- ה'תש"ג – רבי אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ, אומגעקומען אויף קידוש השם (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תש"ט – רבי ירוחם פישל יהושע בערנשטיין, ראש ישיבת חיי עולם, מיטגליד פון ועד הישיבות, פון די גרינדער פון די רבנות הראשית און שפעטער א דיין אין עדה החרדית[2]
- ה'תשל"ז – הרב יוסף משה שעכטער, דער ערשטער רב הכותל נאכן באפרייאונג פון אלטשטאט ירושלים (געבוירן ה'תרע"ה)
- ה'תשמ"ד – רבי אברהם אביש קאנער, אדמו"ר פון טשחויב (געבוירן ה'תרנ"ד)
- ה'תש"נ – רבי יצחק וויינגארטן, א חסידישער משפיע און מחבר ספרים, מרביץ תורה אין ישיבת חיי עולם און ראש ישיבת באר מנחם (געבוירן ה'תרע"ג)
- ה'תשס"ט – אריה לייבוש טייטלבוים, משגיח אויף כשרות, אומגעקומען ביי די טעראר אטאקע אין מומביי (געבוירן ה'תשל"א)
- ה'תשע"ב – רבי יהושע העשיל וואלהענדלער, א חסידישער רב און פוסק אין וויליאמסבורג, מחבר פון "גופי הלכות: משנה ברורה החדש" (געבוירן ה'תשי"ג)
- ה'תשע"ה – רבי יצחק בערנשטיין, ראש ישיבת כנסת חזקיהו אין כפר חסידים און א רב אין רכסים (געבוירן ה'תרצ"ו)
- ה'תשע"ו – רבי דוב צבי קארעלנשטיין, ראש ישיבת גראדנע אין אשדוד (געבוירן ה'תרצ"ד)
- ה'תש"פ – רבי דוד צבי ארדנטליך, רב פון ביתר עילית (געבוירן ה'תרצ"ז)