כ"ט חשון
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' חשון
| |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
כ"ט חשון איז דער ניין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם צווייטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניין־און־צוואנציגסטער טאג פונעם אכטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זשה זחא זשג זחג |
מאנטאג | תולדות |
בשה בחה בשז בחג |
מיטוואך | תולדות |
גכה גכז |
דאנערשטאג | תולדות |
הכז השא החא השג |
שבת | תולדות |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'תרע"ט – ענדע פון די ערשטע וועלט-מלחמה: דער וואפן שטילשטאנד מיט עסטרייך גייט אריין אין קראפט
- ה'תשס"ט - אנהייב פון דער טעראר אטאקע אין מומביי
געבוירן
- ה'תקע"ז – רבי נפתלי צבי יהודה בערלין, דער נצי"ב, ראש ישיבה פון וואלאזשינער ישיבה (נפטר ה'תרנ"ג)
- ה'תרפ"ד – הרב ישראל שלום יוסף פרידמאן (בן שלום), דאקטאר פון היסטארישער וויסנשאפט, ראש ישיבה פון א הסדר ישיבה, גערופן פאשקאנער רבי (נפטר ה'תשע"ז)
- ה'תשכ"א – משה כחלון, געוועזענער פינאנץ מיניסטער און כנסת דעפוטאט אין מדינת ישראל
יארצייטן
- ה'תרי"ג – רבי יצחק אייזיק חבר, א מקובל און א רב אין עטליכע ליטווישע שטעט, מחבר פון "פתחי שערים" (געבוירן ה'תקמ"ט)
- ה'תרכ"ח – רבי ידידיה מונסוגייגו, א דיין און פוסק אין פעס, מחבר פון "דבר אמת" (געבוירן ה'תקנ"ט)
- ה'תרל"א – רבי נתן עמרם, הויפט רב פון אלעקסאנדריע און א שד"ר (געבוירן ה'תקנ"א)
- ה'תרל"ג – רבי שמעון יהודה פונפעדער, רב פון טאקיי
- ה'תש"ג – רבי אלטער אליעזר הורוויץ, רב אין ריגליץ, אומגעקומען אויף קידוש השם (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תשמ"ד – רבי אברהם אביש קאנער, אדמו"ר פון טשחויב (געבוירן ה'תרנ"ד)
- ה'תשס"ט – אריה לייבוש טייטלבוים, משגיח אויף כשרות, אומגעקומען ביי די טעראר אטאקע אין מומביי (געבוירן ה'תשל"א)
- ה'תשע"ב – רבי יהושע העשיל וואלהענדלער, א חסידישער רב און פוסק אין וויליאמסבורג, מחבר פון "גופי הלכות: משנה ברורה החדש" (געבוירן ה'תשי"ג)
- ה'תשע"ו – רבי דוב צבי קארעלנשטיין, ראש ישיבת גראדנע אין אשדוד (געבוירן ה'תרצ"ד)