אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:בטחון"
ק (דעסקריפציע) |
ק (החלפת טקסט – "קאַטעגאָריע:וויקידאטא שפראכן דעסקריפציע" ב־"") |
||
שורה 23: | שורה 23: | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:מידת הביטחון]] | [[he:מידת הביטחון]] | ||
יעצטיגע רעוויזיע זינט 06:13, 24 אקטאבער 2023
בטחון אין אידישקייט איז דער אמונה אין אייבערשטן זיך צו פארלאזן אויף גאט אין אלע אומשטענדן, און גלייבן אז מען קען זיך באמת פארלאזן בלויז אויף גאט אליין.
אמונה און בטחון
אמונה ווערט צעטיילט אין 5 הויפט תולדות מעשיות וואס איז מחייב דעם מענטש צו לעבן מיט; 1. יראת ה'; 2. בטחון; 3. אהבת ה'; 4. דבקות; 5. עבודת ה'.
וויסן קעגן גלויבן
אדער בעסער געזאגט: אמונה פשוטה וואס דאס איז גלויבן קעגן פילאזאפיע וואס וויל מער זיך פארלייגן אויף דעם וויסן פון באשעפער. אין מער פרומע קרייזן האט זיך אוועקגעשטעלט א יסוד אין אידישקייט, אז מען טאר נלערנען חקירה, נאר גלייבן ווי עס איז מקובל. דאס האט זיך באזנודער אויסגעדרוקט אין די צייטן פון רמב"ם, ווען אסאך ראשונים האבן זיך געדינגען זיין פאלאזאפיע שיטה. לויט דער שיטה קען מען שטערקערן דער אמונה דורך לערנען אביי ורבא, גמרא רשי און תוספות, און נישט דורך חקרענען און זיך פארטיפן אין די נאטור און וועגן פון באשפער.
אבער סאיז דא פרומע וואס האבן יא אנגענומען די רמב"ם'ס מהלך פון פיליזאפיע, אז מען קען נישט באמת גלייבן אן זיך פארענטפערן די שוועריגקייטן און זיך פלאגן צו פארשטיין די שווערע חכמה פון דעת ה'. ווייל אמונה פשוטה איז אפשר גוט און וואול ווען מען האט נישט קיין שוועריגקייטן און די באן פארט, אבער יעדעס קליינעם נסיון קען דאס אויפשאקעלן, דאן ווערט מבורר למפרעאז דאס איז נישט געווען קיין גלויבן, נאר בלויז א נישט נישט גלויבן, און מיר זענען באפוילן צו גלייבן און נישט נישט צו גלייבן.
מידות אין אידישקייט | ||
---|---|---|
|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!