אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "פרשת שמות"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק ((diffedit))
(←‏הפטורה: פארברייטערט, אידיש)
צייכן: רויע רעדאגירונג
שורה 58: שורה 58:


==הפטורה==
==הפטורה==
אין הפטורה פון פרשת שמות פאסירט אן אומגעווענליכע צושטאנד אז יעדע פון די צענטראלע ליינען מסורות פון די פארשידענע געמיינדעס ליינט אין אן אנדערע פון די ספרי הנביאים:
די [[הפטורה]] פון פרשת שמות איז אומגעווענליך, דערמיט וואס יעדע פון די צענטראלע ליינען מסורות פון די פארשידענע געמיינדעס ליינט אין אן אנדערע פון די ספרי הנביאים{{הערה|{{שיתופתא|Abudarham,_Hebrew_Calendar,_Order_of_Parashiot_and_Haftarot/14|[[רבי דוד אבודרהם|אבודרהם]], סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות}}.}}:
* די [[תימן|תימנ'ער]], די [[איראק]]ער, די [[טוניזיע]]ר און די [[ליביע]]ר, זענען מפטיר אין {{תנ"ך|יחזקאל|טז|א|יד}}, אין די נבואה אין וואס יחזקאל שילדערט דאס שוואנגערשאפט און געבורט פונעם אידישן פאלק און ווי דער אויבערשטער האט זיי אויפגעצויגן און געפלעגט – ווי א משל פאר שעבוד מצרים און יציאת מצרים.
* די תימנ'ער, איראקער, טוניזיער און ליביער קהילות, ליינען די הפטורה אין {{תנ"ך|יחזקאל|טז|א|יד|לאנג=יא}}, אין די נבואה פון יחזקאל ווי ער שילדערט דאס שוואנגערשאפט און געבורט פונעם אידישן פאלק און ווי דער אויבערשטער האט זיי אויפגעצויגן און געפלעגט – ווי א משל פאר שעבוד מצרים און יציאת מצרים.
* די [[אשכנזים]] און די [[מאראקא]]נער ליינען די נבואה "הבאים ישרש יעקב", וואס דערמאנט די נסים פון [[יציאת מצרים]], אין ספר [[ישעיהו]], פון {{תנ"ך|ישעיהו|כז|ו|אן=ספר|לאנג=יא}} ביז {{תנ"ך|ישעיהו|כח|יג|אן=ספר|לאנג=יא}}, און לייגן צו די {{תנ"ך|ישעיהו|כט|כב|כג|אן=פרק|לאנג=יא}} אין {{תנ"ך|ישעיהו|כט|אן=ספר|לאנג=יא}}. אויך די ראָמאַניאָטן האבן געליינט די זעלבע הפטורה, נאר מען האט נישט צוגעלייגט די פסוקים פון קאפיטל כ"ט.
* די [[אשכנזים]] און טייל [[מאראקא]]נער ליינען די נבואה "הבאים ישרש יעקב", וואס דערמאנט די נסים פון [[יציאת מצרים]]{{הערה|זעט {{מדרש אגדה|שמות|א|א}}.}}, אין ספר [[ישעיהו]], פון {{תנ"ך|ישעיהו|כז|ו|אן=ספר|לאנג=יא}}{{הערה|אדער פון {{תנ"ך|ישעיהו|כז|ו|אן=פרק|לאנג=יא}}, "אוֹ יַחֲזֵק בְּמָעוּזִּי" (אבודרהם).}} ביז {{תנ"ך|ישעיהו|כח|יג|אן=ספר|לאנג=יא}}, און לייגן צו די {{תנ"ך|ישעיהו|כט|כב|כג|אן=פרק|לאנג=יא}} אין {{תנ"ך|ישעיהו|כט|אן=ספר|לאנג=יא}}. אויך די [[ראמאניאטן|ראָמאַניאטן]] האבן געליינט די זעלבע הפטורה, נאר מען האט נישט צוגעלייגט די פסוקים פון קאפיטל כ"ט.
* די [[ספרדים]] זענען מפטיר אין ספר [[ירמיהו]], פון אנהויב ביז {{תנ"ך|ירמיהו|ב|ג|אן=ספר|לאנג=יא}}, דארט ווערט געשילדערט דאס מקדיש זיין ירמיה אלס נביא - אין א וועג וואס דערמאנט דאס מקדיש זיין משה אין אונזער פרשה. אזוי פירן זיך אויך די [[איטאליע]]נער, נאר ענדיגן {{תנ"ך|ירמיהו|א|יט|אן=ספר|לאנג=יא}}.
* רוב [[ספרדים|ספרד]]'ישע קהילות זענען מפטיר אין ספר [[ירמיהו]], פון אנהויב ביז {{תנ"ך|ירמיהו|ב|ג|אן=ספר|לאנג=יא}}, דארט ווערט געשילדערט דאס מקדיש זיין ירמיה אלס נביא - אין א וועג וואס דערמאנט דאס מקדיש זיין משה אין אונזער פרשה. אזוי פירן זיך אויך די [[איטאליע]]נער, נאר ענדיגן {{תנ"ך|ירמיהו|א|יט|אן=ספר|לאנג=יא}}{{הערה|זעט נאך וואריאציעס אין [https://alhatorah.org/Haftarat_Shemot/0/he הפטורת שמות], אויפ'ן על התורה זייטל.}}.


<!-- פיצול חריג זה הוא תוצאה של מהלך דברים ייחודי. ההפטורה המקורית הבבלית של פרשת שמות, המופיעה בספרות ה[[גאונים]] ותקופתם וב[[משנה תורה]] ל[[רמב"ם]], היא ההפטורה מיחזקאל, שכיום נוהגים בה התימנים וחלק קטן מקהילות הספרדים. הפטורה זו היא חלק מנבואת פורענות של יחזקאל הפותחת במילים "הודע את ירושלים את תועבותיה". פרק זה נאסר לשימוש כהפטורה בידי [[רבי אליעזר]].{{הערה|{{משנה|מגילה|ד|י}}.}} אף על פי ש[[פסק הלכה|ההלכה נפסקה]] שלא כדעת רבי אליעזר, בקהילות רבות העדיפו שלא לקרוא פרק זה, ובקשו להחליף אותו בפרק אחר.{{הערה|ראו דברי [[רבי מרדכי יפה]], '''לבוש החור''', סימן תצ"ג, סעיף ד', בהגהה.}} בחיפוש אחר הפטורה מתאימה אחרת, קהילות אחדות בחרו בתחילת ספר ירמיהו, שעוסק בהקדשת הנביא. קהילות אחרות, החליטו לאמץ את [[הפטורה#הפטרות_שנהגו_בארץ_ישראל_במחזור_הקריאה_התלת-שנתי|ההפטורה שנהגה בסדר הקריאה הארץ-ישראלי]] לתחילת ספר שמות (ונהגה גם ב[[נוסח רומניא]]), בספר ישעיהו. הפטורה זו, כשאר ההפטרות ב[[נוסח ארץ ישראל|מנהג ארץ ישראל]], נקבעה בשל פתיחתה הדומה לפתיחת הקריאה בתורה – "בני יעקב הבאים מצרימה" ו"הבאים ישרש יעקב".{{הערה|[[יוסף עופר (חוקר תנ"ך)|יוסף עופר]], "[https://faculty.biu.ac.il/~ofery/papers/Ofer-ShabatHagadol.pdf הפטרת שבת הגדול]", '''[[המעין (כתב עת)|המעין]]''' לו [ג] (ניסן תשנ"ו), עמ' 19–20.}}
דער אומגעווענליכער צעטיילונג קומט צוליב דעם וואס דער אריגינעלער בבלי'שער הפטורה פון פרשת שמות, געשריבן אין די ספרי ה[[גאונים]], און אין [[משנה תורה]] פונעם [[רמב"ם]]{{הערה|{{רמב"ם|סדר התפילה|ה|ד|נאמען=ניין}}.}}, איז דער הפטורה פון יחזקאל, וועלכע די תימנ'ער און א קליין חלק פון די ספרדים ליינען היינט. די הפטורה - "הודע את ירושלים", איז א חלק פון די שטראף-רייד נבואה פון יחזקאל, וועלכע [[רבי אליעזר]] אין די משנה אסר'ט צו ליינען{{הערה|{{בבלי|מגילה|כה}}.}}. כאטש וואס די הלכה איז נישט ווי רבי אליעזר{{הערה|{{רי"ף|מגילה|טז|ב}}, {{בבלי|מגילה|כה|א|מפרש=רא"ש}}.}} האט מען אין פילע קהילות דאך זיך צוריקגעהאלטן פון דאס ליינען{{הערה|די פוסקים שרייבן אזוי ביי די הפטורה פון [[פרשת אחרי]]-[[פרשת קדושים|קדושים]] ווען עס גייט אינאיינעם, זעט אין "מרדכי", מגילה כט. ד"ה ר"ח ר"ח טבת שחל להיות בשבת כו', וועלכע ווערט אראפגעברענגט אין [[רמ"א]], {{שלחן ערוך|אורח חיים|תכח|ח}}. זעט אויך אין {{היברובוקס|רבי מרדכי יפה|לבוש החור|9223|page=159|סימן תצ"ג, סעיף ד' אין הגהה}}, אז מען פירט זיך ווי רבי אליעזר נאר ביי די ספעציפישע הפטורה פון הודע את ירושלים.}}. די אשכנים האבן אויסגעקליבן אלס אלטערנאטיוו די הפטורה פון די ארץ ישראל'דיגער מנהג פון קריאת התורה {{העב|הפטרה#הפטרות_שנהגו_בארץ_ישראל_במחזור_הקריאה_התלת-שנתי}}, און אנדערע האבן געוועלט די הפטורה פון ירמיה{{הערה|יוסף עופר, "[https://yosefofer.com/papers/Ofer-ShabatHagadol.pdf הפטרת שבת הגדול]", פון '''קובץ המעין''' לו [ג] (ניסן תשנ"ו), ב' 19–20.}}.


-->
==דרויסנדע לינקס==
==דרויסנדע לינקס==
{{פרשה לינקס|פרשה=שמות|אידיש=174|ממרא=0201|תורת אמת ספר=00761|תורת אמת פרשה=0000|נחמה=13|בית חב"ד=462281|ישיבה=26|אתר פרשת השבוע=2010/12/shemot|בר-אילן=shemoth}}
{{פרשה לינקס|פרשה=שמות|אידיש=174|ממרא=0201|תורת אמת ספר=00761|תורת אמת פרשה=0000|נחמה=13|בית חב"ד=462281|ישיבה=26|אתר פרשת השבוע=2010/12/shemot|בר-אילן=shemoth}}

רעוויזיע פון 08:08, 15 דעצעמבער 2023


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשת שבוע

פאראמעטער [ הבא, קודם ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

Arrow r.svg שמות Arrow l.svg
פסוקים שמות א, א - ו, א
צאל פסוקים 124 (15'טע - אייניג מיט פרשת אמור)
צאל ווערטער 1763 (13'טע)
צאל אותיות 6762 (16'טע)
אינהאלט שעבוד ישראל אין מצרים; גזירה צו ווארפן ניי-געבוירענע זכרים אין טייך; רעטונג פון משה; זיין אנטלויף קיין מדין און צוריקקער קיין מצרים; באגעגעניש פון משה און אהרן מיט פרעה.
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
אשכנזים ישעיהו כז, ו - כח, יג און מ'לייגט צו כט, כב–כג
ספרדים ירמיהו א, א - ב, ג
איטאליענער ירמיהו א, א–יט
תימנים יחזקאל טז, א–יד

פרשת שְׁמוֹת איז דער ערשטער סדרה פון ספר שמות, און די דרייצנטע פון די תורה בכלל. די גייט פון אנהייב ספר, קאַפּיטל א', פסוק א', ביז קאַפּיטל ו', פסוק א', לויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 124 פסוקים און זעקס פרשיות - פינף פתוחות און איין סתומה.

אין די פרשה ווערט געשילדערט די אנהייב פון שעבוד פון די אידן אין מצרים און די פריע יארן פון משה רבינו און דער באשעפער'ס אים אויסוועלן אלס מנהיג ישראל. אין דער פרשה ווערן פארגעשטעלט עטליכע פערזענליכקייטן וואס ערשיינען במשך די קומענדיגע פרשיות און ספרים, צווישן זיי די געשוויסטער פון משה - אהרן און מרים, און אזוי אויך פרעה מלך מצרים וואס פארקנעכטעט דאס אידישע פאלק.

דער פרשה ווערט געליינט צווישן י"ח און כ"ה טבת. פרשת שמות איז די ערשטע פון די שובבי"ם וואכן.

פרשה אינהאלט

גזירות פון פרעה

דער אנהייב פרשה פארבינדט צום ענדע פון ספר בראשית און איז מסכם די נעמען פון די בני ישראל וואס זענען אראפ קיין מצרים[1]. עם ישראל, וואס ווערט צום ערשט אזוי גערופן דורך פרעה, איז געווארן אידענטיפיצירט אין די אויגן פון די מצריים ווי א פאטענציאלע געפאר, און דעריבער באשלאסן אים צו פייניגן מיט פארשידענע וועגן - פיזישע פארשקלאפונג און דאס בויען "ערי מסכנות" - פיתום און רעמסס, און שפעטער א באפעל צו הרג'ענען אלע ניי-געבוירענע זכרים. די הייבאמס - שפרה און פועה, וואס זענען געווארן געשטעלט צו אויספירן די ארבעט האבן נישט אויסגעפאלגט נישט אויס דעם באפעל, און געראטעוועט די קינדער, אויף וואס דער אויבערשטער האט זיי באצאלט, "ויעש להם בתים"[2].

פרעה האט פארברייטערט דאס באפעל און געפאדערט פון אלע מצריים: "כל הבן היילוד היאורה תשליכוהו"[3]. אויפן הינטערגרונט פון דעם באפעל, דערציילט דער פרשה אויף א פּאָר פון שבט לוי - עמרם און יוכבד - וואס האבן חתונה און ברענגען אויף דער וועלט א בן זכר. די מאמע פון קינד האט מורא געהאט אים צו לאזן אינדערהיים, און געבויט פאר אים א קעסטל פון "גומא" (פומסען האלץ) און לייגט אים אריין צווישן די געוואוקסן נעבן טייך[4].

געבורט פון משה און אנטלויף צו מדין

בתיה בת פרעה האט געטראפן דאס קעסטל מיטן קינד אין טייך, זי האט גערופן דאס "משה", גענומען צו איר הויז און אויפגעצויגן אין פרעה'ס פאלאץ. ווען משה איז עלטער געווארן איז ער ארויס זיך טרעפן מיט זיינע פאלקסלייט וואס זענען אונטערטעניגט אונטער פרעה. ער האט געזען א מצרי שלאגן אן איש עברי, און גע'הרג'עט דעם מצרי נאכ'ן זיכער מאכן אז קיינער זעט אים. א טאג דערויף איז משה ווידער ארויס זען אין די ליידן פון זיינע ברידער, ער זעט צוויי אנשים עברים - דתן און אבירם - און האט פרעגט דעם 'רשע' וואס האט אויפגעהויבן זיין האנט צו שלאגן זיין חבר, פארוואס ער טוט דאס. אין רעאקציע האט יענער געענטפערט טראציג 'צי פלאנסטו מיר אויך צו הרג'ענען, ווי דו האסט נעכטן גע'הרג'עט דעם מצרי?'. משה האט פארשטאנען אז דאס הרג'ענען דעם מצרי איז אנטדעקט געווארן, און נאך וואס פרעה האט געהערט דערויף און פרובירט צו הרג'ענען משה, איז משה געווען געצווינגען צו אנטלויפן צו מדין.

אויפ'ן ברונעם אין מדין האט משה געהאלפן די טעכטער פון יתרו צו שעפן וואסער, נאך וואס די פאסטוכער דארט האבן זיי פארטריבן. צוליב דעם האט זיך זייער פאטער יתרו אינטערעסירט וויאזוי זיי זענען אזוי שנעל געקומען, און נאך וואס יתרו האט געהערט די מעשה מיט משה'ן, שיקט ער אים רופן צו קומען וואוינען אין זיין הויז. משה האט איינגעשטומט, און האט חתונה געהאט מיט צפורה, איינע פון יתרו'ס טעכטער. זיי האבן געבוירן צוויי קינדער, גרשום און אליעזר[5].   פרעה איז אין יענע טעג געשטארבן, און די אידן האבן געקרעכצט פון די שווערע ארבעט, און גאט האט דערהערט זייער געשריי און זיך דערמאנט פון די בונד וואס ער האט געשלאסן מיט אברהם, יצחק און יעקב[6].

ברענעדיגע סנה און צוריקקער קיין מצרים

ווען משה האט אמאל געפאשעט יתרו'ס שאף איז ער אנגעקומען צום בארג סיני און געזען א סנה ברענט אין פייער. גאט האט גערעדט צו משה פון אין די סנה, און איינגעמאלדן אז ער וויל אויסלייזן די אידישע פאלק און זיי ברענגען קיין ארץ ישראל (ארץ כנען), און ארויפלייגט אויף משה'ן דאס פירן דעם פאלק. משה האט געפירט א לענגערע דיסקוסיע מיט'ן אויבערשטן און אויפגעברענגט אסאך פראבלעמען וואס וואלטן אים געשטערט אין דעם שליחות.

משה האט געהאט ספיקות צי די אידן וועלן גלייבן אין אים און זיין שליחות, און גאט האט אים איבערגעגעבן דעם שם אהי"ה אשר אהי"ה, מיט צייכענעס און מופתים וואס זאלן אים העלפן צו איבערצייגן דאס פאלק און פרעה אין זיינע ווערטער[7].}}.

משה האט גענומען זיין פרוי און זין אויפ'ן וועג צוריק קיין מצרים. אויפ'ן וועג האט א מלאך[8] זיי באגעגענט און געוואלט הרג'ענען משה. צפורה האט גע'מל'עט איר זון, און דורך דעם איז אוועק די סכנה, און צפורה רופט אויס: "חתן דמים למולות"[9].

משה און אהרן ביי פרעה

משה האט באגעגנט אהרן - וועלכע איז קעגן געקומען משה אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן - אויפ'ן וועג קיין מצרים[10], און זיי זענען געקומען פאר פרעה פאדערן אין אויבערשטנ'ס נאמען: "שלח את עמי" – שיק ארויס מיין פאלק. פרעה האט אפגעזאגט און נאך פארשווערט די ארבעטס מאסנאמען פאר אידישע קינדער. די אידן האבן זיך באקלאגט פאר משה אז זיין קומען האט נאר פארערגערט דעם צושטאנד, און משה האט זיך דערויף אפגערעדט פארן אויבערשטן[11]. אינעם פסוק וואס פארענדיגט די סדרה[12], ענטפערט דער אויבערשטער פאר משה: ”וַיֹּאמֶר ה' אֶל מֹשֶׁה עַתָּה תִרְאֶה אֲשֶׁר אֶעֱשֶׂה לְפַרְעֹה כִּי בְיָד חֲזָקָה יְשַׁלְּחֵם וּבְיָד חֲזָקָה יְגָרְשֵׁם מֵאַרְצוֹ” – און גאט האט געזאגט צו משה'ן, יעצט וועסטו זען װאס איך װעל טון צו פרעה, װאָרום דורך א שטארקע האַנט װעט ער זיי ארויסשיקן, און דורך א שטארקע האנט װעט ער זיי פארטרייבן פון זיין לאנד.

דאטומען

דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זעקס אנדערע דאטומען:

הפטורה

די הפטורה פון פרשת שמות איז אומגעווענליך, דערמיט וואס יעדע פון די צענטראלע ליינען מסורות פון די פארשידענע געמיינדעס ליינט אין אן אנדערע פון די ספרי הנביאים[13]:

דער אומגעווענליכער צעטיילונג קומט צוליב דעם וואס דער אריגינעלער בבלי'שער הפטורה פון פרשת שמות, געשריבן אין די ספרי הגאונים, און אין משנה תורה פונעם רמב"ם[17], איז דער הפטורה פון יחזקאל, וועלכע די תימנ'ער און א קליין חלק פון די ספרדים ליינען היינט. די הפטורה - "הודע את ירושלים", איז א חלק פון די שטראף-רייד נבואה פון יחזקאל, וועלכע רבי אליעזר אין די משנה אסר'ט צו ליינען[18]. כאטש וואס די הלכה איז נישט ווי רבי אליעזר[19] האט מען אין פילע קהילות דאך זיך צוריקגעהאלטן פון דאס ליינען[20]. די אשכנים האבן אויסגעקליבן אלס אלטערנאטיוו די הפטורה פון די ארץ ישראל'דיגער מנהג פון קריאת התורה (העב'), און אנדערע האבן געוועלט די הפטורה פון ירמיה[21].

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פאראמעטער [ בר-אילן, אידיש, ממרא, ישיבה, תורת אמת פרשה, נחמה, תורת אמת ספר, פרשה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע

פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו ] פעלן
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת שמות", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן

  1. א, א–ז.
  2. א, ח–כא.
  3. א, כב.
  4. ב, א–ד.
  5. ב, ה–כב.
  6. ב, כג–כה.
  7. ג, א - ד, יז.
  8. אונקלוס, ד, כד.
  9. ד, יח–כו.
  10. ד, כז.
  11. ה.
  12. ו, א.
  13. אבודרהם, סדר העיבור, סדר הפרשיות וההפטרות.
  14. זעט מדרש אגדה (באבער) שמות א, א.
  15. אדער פון פסוק ו', "אוֹ יַחֲזֵק בְּמָעוּזִּי" (אבודרהם).
  16. זעט נאך וואריאציעס אין הפטורת שמות, אויפ'ן על התורה זייטל.
  17. לוא־פעלער: (ביים רופן מוסטער:רמב"ם) נישטא קיין הלכות סדר התפילה.סדר התפילה, פרק ה', הלכה ד'.
  18. מגילה כה.
  19. רי"ף מגילה טז, ב, רא"ש, מגילה כה, א.
  20. די פוסקים שרייבן אזוי ביי די הפטורה פון פרשת אחרי-קדושים ווען עס גייט אינאיינעם, זעט אין "מרדכי", מגילה כט. ד"ה ר"ח ר"ח טבת שחל להיות בשבת כו', וועלכע ווערט אראפגעברענגט אין רמ"א, שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ח'. זעט אויך אין רבי מרדכי יפה, לבוש החור, סימן תצ"ג, סעיף ד' אין הגהה, אז מען פירט זיך ווי רבי אליעזר נאר ביי די ספעציפישע הפטורה פון הודע את ירושלים.
  21. יוסף עופר, "הפטרת שבת הגדול", פון קובץ המעין לו [ג] (ניסן תשנ"ו), ב' 19–20.