אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רבי ישראל נאג'ארה"

77 בייטן אראפגענומען ,  פֿאַר 4 חדשים
רעדאגירונג
אין תקציר עריכה
(רעדאגירונג)
שורה 14: שורה 14:
'''רבי ישראל נאג'ארה''' (ארום ה'ש"י–ה'שפ"ט) איז געווען א גרויסער פייטן און דיכטער פון זיין צייט און פון אלע צייטן, און איז באקאנט אלס "נעים זמירות ישראל". ער איז אויך געווען א מפרש פונעם תנ"ך, א דרשן, און דער רב פון דער אידישער קהילה אין עזה.

ר' ישראל האט געשפילט א שטארקע ראלע אין אויספארמירן די פאעזיע אין לשון קודש נאך דער גירוש ספרד. ער האט געמאכט א רעוואלוציע אין זמירות און שירי קודש, דורכ'ן גוט צופאסן זיינע ווערטער צו מוזיק, און דורך נוצן ליבע-באגריפן פון סעקולארער פאעזיע. זיינע זמירות זענען דורכגעדרינגען אין רוב קהילות. זיין געשטאלט, וואס איז בחייו געווען קאנטראווערסיעל, איז נאך זיין טויט געווארן געערט, און זיין פאעזיע איז געווארן א מוסטער פאר שירי קודש. זיין ליד "יה ריבון עלם" בלייבט איינער פון די מערסט געזונגענע פיוטים אין אידישע געמיינדעס.
ר' ישראל האט געשפילט א שטארקע ראלע אין אויספארמירן די פאעזיע אין לשון קודש נאך דער גירוש ספרד. ער האט געמאכט א רעוואלוציע אין זמירות און שירי קודש, דורכ'ן גוט צופאסן זיינע ווערטער צו מוזיק, און דורך נוצן ליבע-באגריפן פון סעקולארער פאעזיע. זיינע זמירות זענען דורכגעדרינגען אין רוב קהילות. זיין געשטאלט, וואס איז בחייו געווען קאנטראווערסיעל, איז נאך זיין טויט געווארן געערט, און זיין פאעזיע איז געווארן א מוסטער פאר שירי קודש. זיין ליד "י-ה ריבון עלם" בלייבט איינער פון די מערסט געזונגענע פיוטים אין אידישע געמיינדעס.

==ביאגראפיע==
==ביאגראפיע==
שורה 28: שורה 28:
אין זיינע יונגע יארן איז ער אריבער קיין דמשק מיט זיין פאטער רבי משה, וועלכער איז געווארן רב דארט, און ר' ישראל איז געווארן דער שליח ציבור אין דער שפאנישער קהילה דארטן. פאר א שטיק צייט האט ער ארומגעוואנדערט ביי קהילות אין דער אטאמאנישער אימפעריע: ער האט באזוכט אין סאַלאָניקי, [[אלעפא|חלב]], בורסא, [[איסטאנבול|קושטא]], און אין [[עגיפטן|מצרים]]. אין בורסא האט ער געטראפן און ווארשיינליך געלערנט מיט דעם יונגן פייטן [[רבי יוסף גאנסו]]. דערנאך איז ער צוריקגעקומען קיין דמשק פאר א קורצער צייט, און שפעטער איז ער צוריק קיין צפת, וואו ער האט חתונה געהאט און עס איז אים געבוירן געווארן א טאכטער{{הערה|זעט [[#בניהו|בניהו, תש"נ]], רה–רז.}}. ער האט געלעבט אין דער צייט פונעם אר"י הקדוש און [[רבי יוסף קארו]].

נאך אן אטאקע אויף די אידן פון צפת דורך אן אראבישן שבט אין של"ט האבן די נאג'ארהס פארלאזט די שטאט. צוליב זיין פאטער'ס פּאזיציע אלס רב אין דמשק האט ר' ישראל זיך באזעצט אין [[זשובאר|דזשאָבאַר]], א פאָרשטאָט פון דמשק, וואו ער האט געדינט אלס חזן, רב, סופר און סעקרעטאר פון דער קהילה, פאראנטווארטליך פאר'ן שרייבן די קהילה בריוו און קאמוניקירן מיט אנדערע קהילות. ער האט אויך געהאלטן פילע דרשות אין וועלכע ער האט געוועבט טיפע תלמודישע אידעען מיט פילאזאפיע און אידישע מיסטיק. זיין פאקוס איז געווען אויף מוסר — די עטישע און מאראלישע לערנונגען פון תלמוד. רבי ישראל האט געצילט צו לערנען און אינספירירן מענטשן צו פארבעסערן זיך און זייער כאראקטער. ער האט אפט באטאנט די וויכטיגקייט פון צדקה, קעגנזייטיגע פינאנציעלע שטיצע, און גמילות חסדים, ווי ביקור חולים, ניחום אבלים, און נאך{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://halakhaoftheday.org/2015/06/14/rabbi-israel-najara-and-the-jobar-synagogue/|שרייבער=Yosef Bitton|קעפל=Rabbi Israel Najara (1555-1625) and the Jobar Synagogue|זייטל=Halakha of the Day|דאטום=June 14, 2015}}|כיוון=שמאל}}.
נאך אן אטאקע אויף די אידן פון צפת דורך אן אראבישן שבט אין של"ט האבן די נאג'ארהס פארלאזט די שטאט. צוליב זיין פאטער'ס פּאזיציע אלס רב אין דמשק האט ר' ישראל זיך באזעצט אין [[זשובאר|דזשאָבאַר]], א פאָרשטאָט פון דמשק, וואו ער האט געדינט אלס חזן, רב, סופר און סעקרעטאר פון דער קהילה, פאראנטווארטליך פאר'ן שרייבן די קהילה בריוו און קאמוניקירן מיט אנדערע קהילות. ער האט אויך געהאלטן פילע דרשות אין וועלכע ער האט געוועבט די יסודות פון חז"ל מיט פילאזאפיע און קבלה. זיין פאקוס איז געווען אויף מוסר און מידות טובות לויט ווי חז"ל האבן געלערנט. רבי ישראל האט געצילט צו לערנען און אינספירירן מענטשן צו פארבעסערן זיך און זייער כאראקטער. ער האט אפט באטאנט די וויכטיגקייט פון צדקה, קעגנזייטיגע פינאנציעלע שטיצע, און גמילות חסדים, ווי ביקור חולים, ניחום אבלים, און נאך{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://halakhaoftheday.org/2015/06/14/rabbi-israel-najara-and-the-jobar-synagogue/|שרייבער=Yosef Bitton|קעפל=Rabbi Israel Najara (1555-1625) and the Jobar Synagogue|זייטל=Halakha of the Day|דאטום=June 14, 2015}}|כיוון=שמאל}}.

דאס לעבן פון רבי ישראל נאג'ארה איז נישט געווען לייכט. ער האט געליטן פון קינדער-פארלוסט, ארעמקייט, און רדיפות פון גדולים אין זיין תקופה, אזוי ווי [[רבי חיים וויטאל]]. זיין ערשטע ווייב איז אוועק יונג, און זיין איינציגע טאכטער פון דעם זיווג איז נפטר געווארן אין עלטער פון צען יאר. שפעטער האט ער ווידער חתונה געהאט, און געהאט עטליכע קינדער, פון וועלכע איינער, יעקב, איז געשטארבן פון [[פאקן|פּאָקן]] ביי די דריי יאר אלט, און רבי ישראל האט אים באוויינט אין א קינה. עטליכע קינדער פון דער צווייטער זיווג האבן יא אויסגעלעבט די יארן{{הערה|שם=תרביץסד|{{צ-זשורנאל|טובה בארי|בן בלתי ידוע של ר' ישראל נג'ארה: ר' לוי בן ישראל ופיוטיו|תרביץ|סד(ב)|עמ=275–300|שנת הוצאה=טבת-אדר תשנ"ה|JSTOR=23600680}}.}}.
דאס לעבן פון רבי ישראל נאג'ארה איז נישט געווען לייכט. ער האט געליטן פון קינדער-פארלוסט, ארעמקייט, און רדיפות פון גדולים אין זיין תקופה, א שטייגער ווי [[רבי חיים וויטאל]]. זיין ערשטע ווייב איז אוועק יונג, און זיין איינציגע טאכטער פון דעם זיווג איז נפטר געווארן אין עלטער פון צען יאר. שפעטער האט ער ווידער חתונה געהאט, און געהאט עטליכע קינדער, פון וועלכע איינער, יעקב, איז געשטארבן פון [[פאקן|פּאָקן]] ביי די דריי יאר אלט, און רבי ישראל האט פארפאסט א קינה אין צו באוויינען. עטליכע קינדער פון דער צווייטער זיווג האבן יא אויסגעלעבט די יארן{{הערה|שם=תרביץסד|{{צ-זשורנאל|טובה בארי|בן בלתי ידוע של ר' ישראל נג'ארה: ר' לוי בן ישראל ופיוטיו|תרביץ|סד(ב)|עמ=275–300|שנת הוצאה=טבת-אדר תשנ"ה|JSTOR=23600680}}.}}.

אין זיינע שפעטערע יארן האט ער זיך באזעצט אין עזה און איז געווארן ראב"ד און רב פון דער קהילה. דאס שטאט עזה איז אין יענע צייט באטראכט געווארן אלס שוואך אין רוחניות און תורה'דיגן גייסט{{הערה|זעט [[רבי יוסף טראני]], תשובות מהרי"ט, [https://www.sefaria.org/Teshuvot_Maharit%2C_I.47.5 ח"א, סי' מז סוף תשובה].}}. אין עזה האט ער אנטוויקלט א פריינדשאפט מיט [[רבי אברהם אזולאי]] וועלכע אין אין יאר שע"ט אהין אנטלאפן פון חברון און ירושלים. די קשר ווערט באוויזן דורך א קורצער ליד וואס ר' ישראל האט געשריבן לכבוד ר' אברהמ'ס ספר "אור החמה"{{הערה|{{צ-זשורנאל|דב זלוטניק|'אהבת הטוב והערב והמועיל': בכתבי ר' ישראל נאגארה ור' אברהם אזולאי|תרביץ|מד‎, חוברת א/ד‎ (תשרי-אלול תשל"ה)|עמ=182–188|JSTOR=23594970}}.}}.

שורה 46: שורה 46:

==זיינע ווערק==
==זיינע ווערק==
ר' ישראל נאג'ארה איז געווען א גאר פראדוקטיווער שרייבער און האט מחבר געווען ספרים אין פארשידענע געביטן; פירושים אויף תנ"ך, דרוש, און הלכה. אבער ער איז בעיקר בארימט צוליב זיין ריזיגער פאעטישער יצירה, און ער ווערט געזען אלס דער גרעסטער פייטן נאך דעם גירוש שפאניע.
ר' ישראל נאג'ארה איז געווען גאר א פראדוקטיווער שרייבער און האט מחבר געווען ספרים אין פארשידענע געביטן; פירושים אויף תנ"ך, דרוש, און הלכה. אבער ער איז בעיקר בארימט צוליב זיין ריזיגער פאעטישער יצירה, און ער ווערט געזען אלס דער גרעסטער פייטן נאך דעם גירוש שפאניע.

===פאעטישע זאמלונגען===
===פאעטישע זאמלונגען===
<!-- טעמעס -->ר' ישראל האט מחבר געווען איבער טויזנט לידער, פילע פון זיי אין אראמיש. זיינע הויפט געדיכטן זענען שירי קודש, וועלכע זענען דורכגעווייקט מיט אמונה, באציאונגען צו אידישע ליידן, און בענקשאפט פאר דער גאולה. גלות און גאולה נעמען א וויכטיגן ארט אין זיינע לידער, אבער ער האט אויך געשריבן פילע מוסר לידער און שבח און הודאה צו ה', צווישן זיי לידער וואס דערמאנען זיין אייגענעם טאלאנט אלס א דיכטער{{הערה|שם=מבוא}}. אין זיינע יונגע יארן האט ער אויך געשריבן א צאל סעקולערע לידער. דער סטיל פון זיינע שאפונגען זענען בעיקר באאיינפלוסט פון שפּאנישער און אראבישער פאעזיע מיט זייער געבוי און אינהאלט, אבער ער האט אויך גענוצט אייגנארטיגע פארמען און טעמעס{{הערה|{{פעמים|טובה בארי|היסודות הספרדיים בשירת ר' ישראל נג'ארה|49/Article_49.4|תשנ"ו, עמ' 54–67.}}; {{צ-זשורנאל|הנ"ל|לשאלת המסד הספרדי בשירת ר' ישראל נג'ארה: הערכה מחודשת|מחקרי ירושלים בספרות עברית|לב|עמ=359–377|שנת הוצאה=תשפ"א|JSTOR=27075110}}.}}.
<!-- טעמעס -->ר' ישראל האט מחבר געווען איבער טויזנט לידער, פילע פון זיי אין אראמיש. זיינע הויפט געדיכטן זענען שירי קודש, וועלכע זענען דורכגעווייקט מיט אמונה, באציאונגען צו אידישע ליידן, און בענקשאפט פאר דער גאולה. גלות און גאולה נעמען א וויכטיגן ארט אין זיינע לידער, ווי האט ער געשריבן פילע מוסר לידער און שבח און הודאה צו ה', צווישן זיי לידער וואס דערמאנען זיין אייגענעם טאלאנט אלס א דיכטער{{הערה|שם=מבוא}}. אין זיינע יונגע יארן האט ער אויך געשריבן א צאל סעקולערע לידער. דער סטיל פון זיינע שאפונגען זענען בעיקר באאיינפלוסט פון שפּאנישער און אראבישער פאעזיע מיט זייער געבוי און אינהאלט, אבער ער האט אויך גענוצט אייגנארטיגע פארמען און טעמעס{{הערה|{{פעמים|טובה בארי|היסודות הספרדיים בשירת ר' ישראל נג'ארה|49/Article_49.4|תשנ"ו, עמ' 54–67.}}; {{צ-זשורנאל|הנ"ל|לשאלת המסד הספרדי בשירת ר' ישראל נג'ארה: הערכה מחודשת|מחקרי ירושלים בספרות עברית|לב|עמ=359–377|שנת הוצאה=תשפ"א|JSTOR=27075110}}.}}.

<!-- מוזיק: -->ער האט זיך באנוצט מיט אן אייגנארטיגן טעכניק, קאָנטראַפאַקטום (Contrafactum), דאס מיינט איבערצוקערן א סעקולערע ליד צו א רעליגיעזע דורך ענדערן די ווערטער{{הערה|{{לינק|אדרעס=https://jewish-music.huji.ac.il/en/content/contrafactum|שרייבער=Ofer Ronen|קעפל=Contrafactum|זייטל=JMRC}}}}. ער האט גענוצט פארשפרייטע פאלקס-לידער אין [[שפאניש]], [[לאדינא]], [[טערקיש]], און [[אראביש]] – אריינגערעכנט ליבע-לידער מיט צווייפלהאפטיגע אינהאלט – און האט צוגעפאסט ווערטער מיט א הייליגן תוכן צו די ניגונים. אויפ'ן שער־בלאט פונעם ערשטן מהדורה פון "זמירות ישראל" האט ער שוין אנגעגעבן אז דאס איז א זאמלונג פון פּיוטים און לידער "מיוסדים על אדני אופני ניגוני ערב ותוגרמה" – דאס הייסט, געגרינדעט אויף אראבישע און טערקישע מעלאדישע מאָדאַליטעטן, און אינעווייניג האט ער פאר יעדע פיוט אנגעגעבן לויט וועלכן גוי'אישן ליד דער פיוט איז פארפאסט, ווי אויך דער [[מקאם]] (מוזיקאלישער שטייגער) דערפון (אין די מוסלעמישע לענדער, אין יענע צייטן, האט מען נישט געשריבן מוזיק אין נאָטן. אנשטאט דעם האט מען געשריבן די עפענונגסווערטער פון אַן אנדער ליד, וועמענס מעלאָדיע האט געדינט אלס מוסטער). כאטש ער איז נישט געווען דער איינציגער צו נוצן דעם מעטאד, האט ער זיך אבער אויסגעצייכנט דערמיט סיי אין צאל און סיי אין קוואליטעט.

שורה 83: שורה 83:
די פילע קאפיעס זענען לעבעדיגע עדות אויף דער פארשפרייטונג פון זיינע לידער און זייער אקטיווער אנוועזנהייט אין די ערטער{{הערה|שם=מקור|{{לינק|אדרעס=https://www.makorrishon.co.il/opinion/781129/|שרייבער=נחם אילן|קעפל=שירי רבי ישראל נג'ארה מתכנסים לספר אחד|זייטל=מקור ראשון|דאטום=סעפטעמבער 2, 2024}}.}}. פאעזיע אין לשון הקודש ביי די עדות המזרח שטיצט זיך שטארק אויף זיין ארבעט און זיינע חידושים, ביז די לעצטע צייטן{{הערה|{{פעמים|יוסף יהלום|ר' ישראל נג'ארה והתחדשות השירה העברית במזרח לאחר גירוש ספרד|13/Article_13.6|תשמ"ב, עמ' 96–124}}.}}.

זיין אראמישע זמר, "י-ה רבון עלם ועלמיא", אין וועלכן עס קומט צום אויסדרוק די בענקשאפט צו דער גאולה, איז פון די באקאנטסטע פיוטים אין דער וועלט. כאטש ער איז געווען א ספרדישער דורכאויס, איז דער דאזיגער פיוט איינגעפירט געווארן אויך ביי די אשכנזישע קהילות און ווערט געזונגען יעדן שבת. כאטש דער פיוט דערמאנט נישט שבת, און איז נישט געמאכט געווארן דווקא פאר שבת, איז ער געווארן א טייל פון די שבת'דיגע זמירות. צענדליגער ניגונים זענען געווארן און ווערן נאכאלס קאמפּאזירט צו דעם פיוט{{הערה|זעט {{אייוועלט|5952|קה רבון עלם}}.}}. אין "זמירות ישראל" זעלבסט איז דער ניגון דערצו אראביש, אין [[מאקאם|מקאם]] ראַשט.
זיין אראמישע זמר, "י-ה רבון עלם ועלמיא", אין וועלכן עס קומט צום אויסדרוק די בענקשאפט צו דער גאולה, איז פון די באקאנטסטע פיוטים אין דער וועלט. דער דאזיגער פיוט איז איינגעפירט אויך ביי די אשכנזישע קהילות און ווערט געזונגען יעדן שבת. און איז ער געווארן א טייל פון די שבת'דיגע זמירות, טראץ וואס דער פיוט דערמאנט נישט דעם שבת, און איז נישט געמאכט געווארן דווקא פאר שבת. צענדליגער ניגונים זענען געווארן און ווערן נאכאלץ קאמפּאזירט צו דעם פיוט{{הערה|זעט {{אייוועלט|5952|קה רבון עלם}}.}}. אין "זמירות ישראל" זעלבסט איז דער ניגון דערצו אראביש, אין [[מאקאם|מקאם]] ראַשט.

אין דעם ספר זמירות ישראל איז אויך דא זיין באקאנטן פיוט "ירד דודי לגנו", אויך באקאנט אלס די "'''כתובה לחג השבועות'''", וואס איז א פאעטישע פאראדיע וואס באשרייבט די תנאים צווישן ישראל און גא-ט{{הערה|{{הפיוט והתפילה|868|ירד דודי לגנו (כתובה לחג השבועות)}}; Israel Davidson, ''[https://babel.hathitrust.org/cgi/pt?id=hvd.32044009500968&seq=66 Parody in Jewish literature]'', 1907, pp. 34–36.}}. עס געפינט זיך אין ספרדישע און תימנישע סידורים און מען ליינט דאס אין פיל קהילות פון עדות המזרח אויף שבועות. ענליכע כתובות זענען אינספירירט געווארן פון זיין ווערק{{הערה|איתי מרינברג, [https://www.nli.org.il/he/discover/music/jewish-music/piyut/articles/in-depth-look/piyut/ketuba-piyut-in-depth-look דודי לי ואני לו: על הכתובה של ר' ישראל נג'ארה ושל ר' יהודה קלעי], אתר הפיוט והתפילה.}}, א שטייגער ווי דער נוסח פון שטר תנאים און כתובה וואס איז איינגעפירט צו ליינען אום שבועות אין די סיגוט-סאטמארער הויפן, וועלכע איז בטעות צוגעשריבן געווארן צו ר' ישראל{{הערה|Beeri, 2019, 71. זעט {{פורום אהח|1=סדר התנאים והכתובה שמיוחס לר' ישראל נגארה מי חיבר|2=34139}}; {{אייוועלט|42714|ווער האט מחבר געווען דער נוסח שטר אירוסין ליום טוב שבועות ?}}.}}.