אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:חתונה"
ק (רעדאַקטירונגען פֿון 188.64.207.98 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון פוילישער) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 10:44, 22 נאוועמבער 2022
דער ארטיקל איז בלויז צערעמאניע און פראצעדור פון חתונה האבן, אויב זוכט איר מער אינפארמאציע פארן לעבן נאך דעם גייט אין אישית.
חתונה אין אידיש הייראט איז די נאכט און מאמענט ווען מאן און ווייב גייען אריין אין זייער בשותפותדיגען לעבן טאנצט מען און עס איז א גרויסע זאך צו אויפלעבן דעם חתן מיט די כלה זיי זאלן זיין פרייליך פארן גאנצן לעבן.
הייראטען דאס איז דער באדייט פון חתונה האבן.
עס קומט פון לשון הקודש, ווי עס איז איינגעפירט ביי אידן צו מקדש זיין א פרוי ווען דער חתן גיט דער כלה אונטער דער חופה א גאלדן רינגל און זאגט "הרי את מקודשת לי בטבעת זו כדת משה וישראל".
מצוות און מנהגים
אשכנזים זענען נוהג צו מאכן די חופה פון א זיווג ראשון תחת כיפת השמים (אונטער דער הימל) פאר א סימן ברכה, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: "והרבה ארבה את זרעך ככוכבי השמים" (בראשית כב, יז). א סך האבן דעם מנהג (לויט שולחן ערוך יורה דעה) אז די חופה זאל זיין "במילוי הלבנה" ווען די לבנה ווערט פול, ד"ה די ערשטע דריי וואכן פונעם חודש אין דעם יידישן קאלענדאר.
- חופה -
- דער חתן צוברעכט א גלאז ביי דער חופה צו געדענקען דער חורבן בית המקדש. מען לערנט דאס ארויס פון דער פסוק אִם-לֹא אַעֲלֶה, אֶת-יְרוּשָׁלִַם--עַל, רֹאשׁ שִׂמְחָתִי תהילים קל"ז
- - איך וועל געדיינקען חורבן ירושלים אין יעדער שמחה.