רוי:רב

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:ראביי)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אידן און אידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים
תנ"ך · תורה
משנה · גמרא
זוהר · מדרש
שולחן ערוך
אידישע שטרעמונגען
אידן · חרדים · חסידים · ארטאדאקסן
הויפט פערזענליכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא הסופר · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · רבי יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · חברה קדישא
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
אויסגעשלאסענע שטרעמונגען
שומרונים · קראים · מינים
קאנסערוואטיווער · רעפארמער
זעט אויך
גיור · אנטיסעמיטיזם

א רב (לשון רבים: רבנים) איז איינער וואס ווערט אויפגענומען אין א אידישע קהלה אלץ דער רעליגיעזער פירער. דער הויפט פונקציע פון א רב איז צו ענטפערן אויף פראגעס פון הלכה און צו פירן דעם געמיינדע אין אנדערע רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. פילע רבנים נעמען אויך א טייל אין אקטיווע קהל'ישע ענינים לטובת דעם ציבור.

קוואליפיקאציעס

ארטאדאקסן

אויף צו ווערן א רב אין אן ארטאדאקסישער קהלה פארלאנגט זיך צו זיין בקי אין רוב הלכות וואס זענען נוגע פאר א געווענליכע אידישע קהלה. דאס מיינט געווענליך די חלקים פון אורח חיים און יורה דעה פון שלחן ערוך, און אויך טיילן פון די אנדערע חלקים. א רב מוז אויך זיי טרעינירט צו קענען נאכקוקן און פארשטיין די הלכה אויף סיי וועלכן ענין עס זאל נאר אונטערקומען. אויף צו ווערן א רב פארלאנגט זיך געווענליך מען זאל האבן באקומען סמיכה אדער היתר הוראה פון אן אנגעזעהענעם רב אדער פוסק.

ראביי

נישט-ארטאדאקסן

ביי די נישט-ארטאדאקסן איז אפט דער דגש מער אויף פירערשאפט טרענירונג און פראקטיק אין קהלה אנגעלעגנהייטן ווי איידער בקיאות אין הלכה. דארט אויך דארף אבער א רב האבן ברייטע ידיעות אין אידישקייט און אין אידיש-רעליגיעזע אנגעלעגנהייטן. ביי די נישט-ארטאדאקסישע איז די סמיכה נישט קיין טראדיציאנעלע, נאר וואס רופט זיך "ארדינעישען" פון אן אנגעזעהנעם שולע אדער רבנישע אקאדעמיע.

אויפגאבן

ביי ביידן, ארטאדאקסן און נישט-ארטאדאקסן, דארף א רב קענען פארלערנען און איבערגעבן תורה פאר זיין קהלה, מסדר זיין חופה וקידושין און גיטין, אפרעכטן ברית'ן, לוויות, און אנדערע רעליגיעזע באדערפענישן.

רבנים אין די היסטאריע

דער אויפגאבע פון א רב איז שוין איינגעפירט פילע הונדערטער יארן, אבער עס איז נישט קלאר ווען עס האט זיך אוועקגעשטעלט דער פאזיציע אין דעם היינטיגן זין. ביז די צייטן פון די ראשונים ווערט נישט געפונען דעם פאסטן, נאר א רב איז געווען איינער וואס האט זיך אפגעגעבן מיט לערנען תורה מיט תלמידים גלייכער צו א ראש ישיבה. שפעטער ערשט איז איינגעפירט געווארן אז א יעדער קהלה האט אויפגענומען א פערזאן וואס איז בקי אין תורה צו זיין דער אפיציעלער הלכה פיגור פאר דער קהלה.

עס זענען געווען פילע רבנים אין די אידישע היסטאריע וואס זענען געבליבן איינגעקריצט אין זכרון פונ'ם פאלק אלץ הייליגע און פרומע מענטשן, גאונים און צדיקים, וואס זייער תורה ווערט געלערנט דור נאך דור און זייערע מעשים טובים ווערן פארהאלטן פאר אלע דורות אלץ מוסטערן פון וויאזוי א פרומער איד דארף זיך צו פירן.

ביי חסידים

ביי חסידים ווערט דער רבי, אדער אדמו"ר, פונ'ם עדה אפטמאל באטיטלט אלץ רב. אין דעם פאל איז ער געווענליך נישט געשטעלט אויף צו ענטפערן געווענליכע פראגן אין הלכה נאר אויף צו פירן זיין קהלה אין די אויפגאבן פון א חסיד'ישע רבי. (זעה: אדמו"ר) אין די פעלער איז געווענליך דא אן אנדערן רב אדער דיין געשטעלט אויף צו פסק'ענען געווענליכע הלכה'שע ענינים. געווענליך איז אבער דער רבי/רב אויך טרענירט אין טראדיציאנעלע לימודים און האט סמיכה אדער היתר הוראה אויף צו פסק'נען.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!