רוי:נחש הנחושת

פון המכלול
ווערסיע פון 07:54, 11 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע + הגהה, לינקיפיקאציע, אויסשטעל, קאטעגאריעס. צוגעלייגט דעסקריפציע, צוגעלייגט אינטערשפראך לינק)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

נחש הנחושת איז א פארעם פון א שלאנג וואס משה רבינו האט געמאכט פון קופער אויפ'ן באפעל פון השי"ת.

אין חומש[1] ווערט דערציילט, אז ווען די אידן זענען געווען אין דער מדבר און האבן זיך פארזינדיגט, האט גאט געשיקט אויף זיי שלענג און זיי זענען געביסן געווארן און פיל פון זיי זענען געשטארבן. משה רבנו האט מתפלל געווען, און גאט האט אים געהייסן מאכן א נחש הנחושת, א שלאנג פון קופער, און יעדער וואס איז געביסן געווארן דורך א שלאנג, האט געקוקט צום נחש הנחושת און ער איז געבליבן לעבן.

אין תנ"ך[2] ווערט געזאגט, אז דער דאזיגער נחש הנחושת איז געבליבן ביי אידן אסאך הונדערטער יארן אין ארץ ישראל ביז דער צייט פון מלך חזקיהו; די אידן האבן אים גערופן "נחשתן" און צו אים מקריב געווען קטורת. הערשט חזקיהו האט אים צעבראכן.

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!