רוי:פשעווארסק (חסידות)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

פשעווארסק איז א חסידישע הויף וואס רבי משה יצחק געווירצמאן האט אויפגעשטעלט, אויף דער נאמען פון שטאט פשעווארסק אין מערב גאליציע. דער הויף געפינט זיך אין אנטווערפן, און אחוץ אנטווערפן וואוינען רוב פשעווארסקער חסידים אין לאנדאן און אין מאנטשעסטער, ענגלאנד און אין מאנסי, ניו יארק.

דעם פשעווארסקער רבי'נס בית מדרש, בית יצחק, איז אויף מערקאטאר גאס, אנטווערפן.

צו ראש השנה און שבתים פון נסיעות קומט צו פארן הונדערטער אידן, אנדערע חסידים אויך, נישט נאר פשעווארסקער, דאווענען מיטן רבי'ן, און מען דינגט א גרויסן זאל כדי עס זאל זיין גענוג פלאץ פארן גאנצן עולם.

דער ערשטער רבי איז געווען רבי משה יצחק געווירצמאן, א זון פון נפתלי אלימלך, וואס איז געווען א זון פון ר' אברהם גארליצער. ר' אברהם איז געווען דעם נועם אלימלך'ס אן אייניקל.

לאקאציע פון שטעטל פשעווארסק אין פוילן

נאך דער חתונה האט זיך רבי משה יצחק באזעצט אין פשעווארסק, גאליציע, דעריבער הייסט ער פשעווארסקער רבי. נאכן חורבן פון אייראפע איז ער אריבערגעצויגן קיין פאריז. אין יאר תשט"ז האט ער אויפגעשטעלט זיין הויף אין אנטווערפן. ער איז געווען דער נשיא פונ'ם גאליציאנער כולל חיבת ירושלים. אסאך פלעגן רופן עם "ר' איציקל". זיינע זון זענען נעבעך אומגעקומען אין די קריג יארן.

נאך זיין פטירה יום כיפור ה'תשל"ז האבן די חסידים, ובראשם הר"ר רבי אלחנן היילפרין פון לאנדאן, מכתיר געווען זיין איידעם הר"ר רבי יעקב לייזער אלס רבי.

נאך דער פטירה פון רבי יעקב כ"ז חשון ה'תשנ"ט האט ממלא מקום געווען זיין זון רבי לייבוש לייזער.

פשעווארסקער רבי'ס

די פשעווארסקער רבי'ס

דרויסנדע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!