רוי:רבי לייבוש לייזער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
רבי לייבוש לייזער
געבורט ה'תרצ"ח
טעטיגקייט אָרט אנטווערפן
דינאסטיע פשעווארסק
3'טער פשעווארסק'ער רבי
הרב אריה לייבוש לייזער

רבי אריה לייבוש לייזער (געב' ה'תרצ"ח, 1938) איז דער פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן.

ביאגראפיע

רבי לייבוש איז געבוירן געווארן אין פשעווארסק, גאליציע (היינט פוילן) אין תרצ"ח צו זיין פאטער רבי יעקב, שפעטער דער צווייטער פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן, און זיין מוטער אלטע בינא, א טאכטער פון איציקל געווירצמאן, דער ערשטער פשעווארסקער רבי אין אנטווערפן.

פון תשט"ו האט ער געלערנט אין דער בעלזער ישיבה אין ירושלים און, אזוי ווי זיין פאטער און זיידע, איז ער געווארן א חסיד פון אהרן פון בעלזא. אין תשי"ח האט ער געהייראט מרת מלכה מינדל חנה, די טאכטער פון רבי אלטער יעקב יצחק וואגשאל, דער לאנצהוטער רבי, און האט געוואוינט אין וויליאמסבורג, וואו ער פלעג גיין צום קלויזענבורגער רבי, רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, און צום סקווירער רבי'ן, רבי יעקב יוסף טווערסקי. נאך זיין ווייבס פטירה האט ער געהייראט בזיווג שני איר ניכטע, מרת חנה שלאמצע, די טאכטער פון זיין שוואגער ר' יהושע וואגשאל, דער לאנצהוטער רבי.

אין די תש"נ יארן איז ער צוריק קיין אנטווערפן. נאך זיין פאטערס פטירה האט מען אים באשטימט פשעווארסקער רבי.

רבי לייבוש האלט שטארק די דעות פון זיין רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים, און איז א שארפער קעגנער פון ציונות; ער גייט נישט צום כותל המערבי און איז מקפיד צו רעדן יידיש.

משפחה

די קינדער פון רבי לייבוש זענען:

פון זיין ווייב מלכה מינדל חנה:

  • רבי נפתלי אלימלך דוד, רב פונעם חסידות אין לאנדאן
  • רבי אלטער יהושע העשיל, רב פונעם חסידות אין וויליאמסבורג
  • רבי שמואל שמעלקא
  • די ווייב פון רבי משה שמואל ראטענבערג פון וויליאמסבורג
  • די ווייב פון רבי יוסף נפתלי וואגשאהל זון פון שינאווער רבי פון אמעריקא.

פון זיין ווייב חנה שלאמצע

  • רבי משה יצחק איידעם ביי אדמו"ר מזידיטשויב בני ברק
  • רבי מאיר נתן איידעם ביי רבי שמואל מאיר שטויבער
  • רבי יוסף צבי איידעם ביי פריעדמאן
  • שלום, געווען א איידעם ביי רבי יעקב אליהו האראנטשיק
  • איידל דינה, ווייב פון רבי שלום אלימלך האלבערשטאם
  • די ווייב פון רבי יצחק אייזיק לאנדא
  • די ווייב פון רבי משה יעקב פרידמאן
  • די ווייב פון רבי נחמן כהנא פון מאנשעסטער
  • די ווייב פון רבי יוסף מאיר ראזנבערגער
  • די ווייב פון רבי אלעזר פרידמאן, דיין פון סאטמאר אנטווערפן
  • די ווייב פון רבי יצחק מיכל פאנעט

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!