פרשת משפטים
פרשת מִשְׁפָּטִים איז די זעקסטע סדרה פון ספר שמות, און די אכצנטע פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון קאַפּיטל כ"א, פסוק א' ביז קאַפּיטל כ"ד, פסוק י"ח, לויט'ן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען, פארמאגנדיג אינאיינעם 118 פסוקים, און 33 פרשיות - זעקס פתוחות און 27 סתומות.
אין מערהייט פרשה ווערט אויסגערעכנט אסאך מצוות און דינים, בעיקר וואס האט מיט דיני ממונות. אין סוף פרשה ווערט דערציילט איבער די בונד פון די אידן מיטן באשעפער, און דאס ארויפגיין פון משה צום בארג סיני.
פרשת משפטים ווערט געליינט צווישן כ"ד שבט און א' אדר. א מערהייט פון די פשוט'ע יארן (אויסער אין השא יאר) געפאלט דאס א שבת בעפאר ראש חודש אדר, וואס דאן ליינט מען מפטיר די ערשטע פרשה פון די "ארבע פרשיות" - פרשת שקלים.
ביי די ספרדים איז געווען איינגעפירט אין טייל עיבור יארן (השג און החא יארן) צו צעטיילן משפטים אויף צוויי - "משפטים" און "אם כסף תלוה" (כב, כד)[א], און אזוי האבן זיך געפירט די אידן אין טוניזיע ביז שפעטערע יארן[8].
פרשה אינהאלט
נאך די מעמד הר סיני, וואו ס'זענען געגעבן געווארן פאר כלל ישראל די עשרת הדברות, געבט דער באשעפער פאר כלל ישראל דורך משה רבינו נאך א לאנגע ליסטע פון מצוות און דינים[9]. דאס מערהייט פון די מצוות זענען איבער די געזעצן וואס זענען נוגע צווישן א מענטש און זיין פריינד, צווישן זיי ווי פאלגנד:
- דיני עבד עברי און אמה עבריה.
- הארגענען אדער שעדיגן א צווייטן.
- זיין פארמעגן וואס האט געשעדיגט (ארבעה אבות נזיקין): זיין אקס אדער גרוב אדער פייער וואס האט געשעדיגט.
- דיני גנב, גזלן, און דער דין פון הבא במחתרת.
- דיני שומרים.
- דער דין פון א מפתה.
- איסור צו פייניגן אן אלמנה און יתום, און פאפן א גר.
- דיני הלוואה - איסור ריבית און די מצוה צוריקצוגעבן א משכון.
- איסור צו פארדרייען א משפט, עדות שקר און נעמען שוחד.
- מצווה פון השבת אבדה און פריקה וטעינה.
אזוי אויך אפאר אנדערע מצוות:
- בכור פון א טהור'ע בהמה, איסור טריפה און איסור בשר בחלב.
- מצוות שבת, שמיטה און די שלוש רגלים.
- אנווייזונגען פאר די אריינגאנג אין ארץ ישראל - א צוזאג פון הימלישע הילף, און אַ ווארענונג נישט צו נאָכפאָלגן די עבודה זרה פון די פעלקער וואס וואוינען יעצט אין דעם לאַנד.
נאך וואס משה רבינו האט איבער געגעבן פאר די אידן די אלע מצוות[10] ווערט געבינדן א בונד צווישן די אידן מיט דער באשעפער, דערנאך בויט משה א מזבח צופיסנס פון בארג סיני, און איז מקריב קרבנות צוזאמען מיט אהרן און די זקנים, דערנאך גייט ער ארויף צום בארג סיני באקומען די לוחות הברית, און האלט זיך אויף דארט פערציג טעג און פערציג נעכט.
מצוות אין דער פרשה
לויט ווי אויסגערעכנט אינעם ספר החינוך[11] איז פארהאן 53 מצוות אין דער פרשה:
דאטומען
דער שבת ווען מ'ליינט די פרשה, קען געפאלן אין זיבן אנדערע דאטומען:
מפטיר און הפטורה
- אין א מערהייט פון יארן שנים פשוטות ווערט פרשת תרומה געליינט א שבת בעפאר ראש חודש אדר, און דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת שקלים.
- אין אן עיבור יאר ווערט פרשת משפטים געליינט אין שבת ראש חודש אדר, אדער צום ביישפיל שבת ערב ראש חודש, וואס דאן ליינט מען די הפטורה פון שבת ראש חודש אדער - אין שבת ערב ראש חודש - "מחר חודש".
- אין די יארן ווי פאלגנד: השא יאר, השג יאר, החא יאר, בשז יאר און גכז יאר, ווערט געליינט די הפטורה פון פרשת משפטים אין ירמיהו לד, דארט דערמאנט ירמיה הנביא די געזעצן פון אן עבד עברי, און מוסר'ט די אידן פארוואס זיי האבן דאס נישט אויסגעפאלגט, איבער די ענדע פון די הפטורה זענען פארהאן עטליכע מנהגים, די תימנ'ע פירן אויס ביז צום סוף פרק ל"ה, די אשכנז'ישע און ספרד'ישע גייען צוריק צו די לעצטע פסוקים פון פרק לג (אין משנה ברורה[12] ווערט געברענגט א מחלוקת צו מ'מעג אזוי טאהן, אין רש"ש [13] ברענגט ער אז אזוי איז די מנהג למעשה. אין ספר טעמא דקרא (פרשת משפטים) שרייבט ער, אז ביי די פלעצער וואו מ'ליינט די הפטורה פון קלף, זאל מען נישט צוריקגיין).
דרויסנדע לינקס
| וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
|---|
טעקסט אויף וויקיביבליאטעק: פרשת משפטים |
פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס
פאראמעטער [ ישיבה ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע טעקסט
- פרשת משפטים, אויף שיתופתא
- פרשת משפטים, אויפן "וויקיטעקסט" זייטל
- פרשת משפטים - טעקסט מיט תרגום אונקלוס, אויפ'ן "מכון ממרא" זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "מקראות גדולות הכתר" זייטל
טייטש
- "פרשת משפטים", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד, איבערזעצט אין אידיש דורך ח. ש. נײהױזען, א. הײמאן (חרל“פּ) און אנדערע.
פארברייטערונג
- שיעורים אויף פרשת משפטים אויף קול הלשון
- פרשת משפטים, אויפ'ן מחלקי המים זייטל
- פרשת משפטים, אויפ'ן "בית חב"ד" זייטל
- זעט שיעורים אויף פרשת משפטים, אויפן "בינינו" זייטל
- פרשת משפטים, אויפן "פרשת השבוע" זייטל
- דער ארטיקל "פרשת משפטים", אויפ'ן "ויקישיבה" זייטל
- נושאים אויף פרשת משפטים אויפ'ן "על התורה" זייטל
- פרשת משפטים – טעקסטן און מקור-בלעטער פון תורה, גמרא און אנדערע מקורות, אויף ספריא
צו ליינען מער
- אפשרויות ההפטרות לפרשיות אויף אוצר החכמה פארום
נאטיצן
- ↑ דער מנהג ווערט געברענגט דורך די ראשונים אין די ספרדי'שע פלעצער, לויט'ן כלל פון "סגיר ופסח" - אז פרשת "מצורע" ("סגיר" אויף אראמיש) ווערט געליינט די שבת פאר "פסח", און אין יארן וואס ראש השנה געפאלט אום דאנערשטאג (השג און החא יארן), פעלט אויס נאך א קריאה בעפאר פסח אז מצורע זאל געפאלן אין איינקלאנג מיט'ן כלל. דער ראב"ח שרייבט דעם מנהג אין ספר העבור[1] וועלכע שלאגט פאר צו צעטיילן וירא, משפטים, אדער כי תשא (ווי טייל יוצאי ליביע פירן זיך). אויך אין ספר האשכול ווערט דערמאנט אז טייל נעמען אן דער כלל פון סגיר ופסח[2]. אויך דער מאירי שרייבט דער מנהג צו צעטיילן כי תשא[3], און עס ווערט אויך דערמאנט אין ארחות חיים פון רבי אהרן הכהן מלוניל[4], און אין אבודרהם[5]. דער ספר החינוך צעטיילט אויך די מצוות אין מפשטים פאר צוויי פרשיות.
אין מחזור ויטרי[6] און נאך פיל ראשונים איז אבער דער כלל "פקיד ופסח", אז מען ליינט פרשת צו (פקיד) בעפאר פסח, גילטיג סיי אין א פשוט יאר און סיי אין אן עיבור יאר. עס ווערט אבער אויך געברענגט אלס דער מנהג פון צרפת, אדער אלס מנהג פון רבינו תם[7] פאר אן עיבור יאר איז "סגיר ופסח" (מצורע), און פאר השג און החא יארן - "פטיר ופסח" (אדער "אוחר ופסח"), וואס דאס איז פרשת אחרי, און דאס איז למעשה דער פארשפרייטער מנהג.
רעפערענצן
- ↑ ספר העבור, לוח תיקון הסדרים הנקראים בשבתות בכל שנה.
- ↑ ספר האשכול, אלבעק, דף ס"ה ע"א.
- ↑ קרית ספר חלק א', עמ' פג-פד.
- ↑ הל' קריאת ספר תורה סי' ס"ג.
- ↑ סדר הפשריות וההפטרות - פ"ב.
- ↑ סימן רנ"ו.
- ↑ אזוי אין די השלמות למחזור ויטרי, עמ' 6.
- ↑ זעט מרדכי סיטבון, אברהם הטל, "ממנהגי יהדות תוניסיה", אויף "דעת".
- ↑ אזוי קומט אויס פון די סדר הפרשיות, אבער טייל מפרשים לערנען אז די אלע דינים פון פרשה זענען געגעבן געווארן אין מרה, אזוי אויך זענען דא וואס לערנען אז זיי זענען א זאמלונג פון מצוות און דינים וואס זענען געזאגט געווארן אין פארשידענע אומשטענדן און פלעצער, און זענען נאר געשריבן געווארן צוזאמען דא.
- ↑ אזוי לויט די סדר הפסוקים, אבער אין רש"י שטייט אז ס'איז געווען נאך פאר מתן תורה.
- ↑ ספר החינוך, מצוות מב–צד.
- ↑ אורח חיים סימן קמד ס"ק ט
- ↑ יומא ע ע"א
cc-by-sa 3.0 ערלויבעניש • אריגינעלער בלאט • ביישטייערער