הבל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
הבל
געבורט א' תשרי, ב'
נרצח עטליכע דיעות
גיל פטירה עטליכע דיעות
טאטע אדם הראשון
מאמע חוה
בן זוג צווילינג שוועסטער
עיסוק פאסטוך
בתנ"ך בראשית ד

הֶבֶל איז געווען א זון פון אדם הראשון און חוה, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן דורך זיין ברודער קין.

ביאגראפיע

הבל איז געווען דער צווייטער זון פון אדם הראשון און חוה. לויט טייל איז ער געווען א צווילינג ברודער פון קין, וועלכער איז געבוירן געווארן אין פרייטאג, די זעקסטע טאג פונעם בריאה[1]; לויט אנדערע איז ער נישט געווען קיין צווילינג[2], און ער איז געבוירן געווארן צוויי וואכן שפעטער, אין ט"ו תשרי אדער ט"ו ניסן[3]. צוזאמען מיט הבל זענען געבוירן געווארן נאך צוויי שוועסטערס[4].

אין ספר הישר[5] שטייט אז חוה האט אים גערופן "הבל" ווייל זי האט געזאגט: ”בהבל באנו בארץ ובהבל נוקח ממנה”. דער רמב"ן שרייבט אז זי האט אים אזוי גערופן צוליב דעם ווייל ”אדם להבל דמה”[6]. עס זענען דא וואס זענען מבאר אז ער האט געהייסן הבל ווייל ער האט געלעבט ווייניג, און אדם אדער חוה האבן אים געגעבן דעם נאמען מיט רוח הקודש[7]; אדער האט ער אים געגעבן דעם נאמען נאכן שטארבן[8]; און עס איז דא וואס זענען מבאר אז הבל איז א נאמען פון חשיבות וואס איז געקומען ווייל ער האט נישט געארבעט מיטן ערד[9].

וויבאלד די ערד איז באשאלטן געווארן ”בעצבון תאכלנה”[10] נאך וואס אדם האט געגעסן פונעם עץ הדעת, האט ער נישט געוואלט ארבעטן מיט די ערד, און האט געארבעט אלץ א פאסטעכער מיט שאף און רינדער[4], אן ארבעט וואס פאדערט מער חכמה פונעם ערד ארבעט[11].

ער האט פארהייראט איינע פון זיינע צוויי צווילינג שוועסטער. טייל זאגן אז זי האט געהייסן בלבירא[12].

די קרבן

ווען עס איז געווען ”מקץ ימים”[13] (ביים "ענדע פון די טעג")[א] האט ער צוזאמען מיט זיין ברודער קין געברענגט א קרבן פארן באשעפער, קין האט געברענג פלאקס פון זיינע ערד פלאנצונגען, און הבל האט געברענגט די בעסטע פון זיינע שאף, און צו הבל'ס קרבן איז אראפ געקומען א פייער פון הימל, אבער צו קין'ס קרבן איז נישט אראפ א פייער.

קין איז געווארן זייער געטשעפעט, ער האט גערופן הבל אויף א שפאציר אין וואלד און דארט האבן זיי זיך געדינגען[14]. אינמיטן האט קין אויפגעשטאנען און אים פראבירט הרג'ענען, ער האט אים געשטאכן פון אלע זייטן ביז ער האט אים גע'הרג'עט, גא-ט האט דערפאר אנגעשריגן פאר קין ”קול דמי אחיך צועקים אלי מן האדמה”[15], און פארשאלטן אז ער זאל מער קיינמאל נישט זיין רואיג[16].

נאטיצן

  1. דער אבן עזרא, בראשית ד, ד און דער חזקוני זאגן אז דאס מיינט איין גאנצע יאר. רב סעדיה גאון טייטשט: נאך עטליכע טעג. לויט דעם מדרש (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד') איז דאס געווען נישט מער (לויט אן אנדערע גירסא: נישט ווייניגער [חידושי הרד"ל]) ווי פופציג טעג (לויט אן אנדערע גירסא: ניינציג טעג [
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    סדר הדורות]). לויט אנדערע דיעות האט הבל געלעבט 16 אדער 17 שטונדע (זעהט
    פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    מדרש תלפיות, ערך הריגת הבל), אדער פערציג יאר (מדרש תנחומא פרשת בראשית פיסקא ט'). אין פרקי דרבי אליעזר, פרק כ"א, שטייט אז דער מעשה האט פאסירט אין יום טוב פסח.

רעפערענצן

  1. בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ב'
  2. תוספות, סנהדרין לח, ב, ד"ה וירדו, לויט די גמרא דארט
  3. בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד', זעט דארט פירוש מהרז"ו און ביאור מהרי"פ בשם נזר הקודש.
  4. 4.0 4.1 מדרש אגדה (באבער) בראשית ד, ב

  5. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    ספר הישר
  6. תהלים קמד, ד
  7. רלב"ג, ר י"ש ריגייו
  8. שד"ל
  9. אברבנאל
  10. בראשית ג, יז
  11. ספורנו, בראשית ד, ב

  12. פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:היברובוקס

    פאראמעטער [ עמוד ] ערשיינען נישט אין מוסטער דעפיניציע
    אברבנאל אין נאמען פון די ספרי האומות.
  13. בראשית ד, ג
  14. עס זענען דא אסאך מהלכים וואס זיי האבן זיך געדינגען
  15. בראשית ד, י
  16. בראשית ד


קאַטעגאָריע:פרשת בראשית קאַטעגאָריע:פערזאנען אין ספר בראשית