שמועס:הבל

פון המכלול
לעצטע תגובה: פֿאַר 6 חדשים פון י'הושע אין די טעמע ווי לאנג האט ער געלעבט
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ווי לאנג האט ער געלעבט

נאר איך, פונוואנעט האט איר גענומען אז ער האט געלעבט פונקט איין יאר? זע אין מדרש (בראשית רבה, פרשה כ"ב, פסקה ד') אז לויט דער מאן דאמר אז דער וועלט איז באשאפן געווארן אין תשרי האט ער געלעבט פון סוכות ביז חנוכה, און לויט דער מאן דאמר אז דער וועלט איז באשאפן געווארן אין ניסן האט ער געלעבט פון פסח ביז שבועות, און אז לויט ביידע שיטות האט ניט געלעבט מער ווי 50 טעג. די מפרשי המדרש מוטשענען זיך וויאזוי דער חשבון שטימט. רש"י אויפ'ן מדרש זאגט אז עס איז לאו דווקא. דער סדר הדורות שרייבט אז דער עיקר גירסא איז 90 טעג. נאך א דיעה ווערט געברענגט אין מדרש תלפיות, ערך הריגת הבל, אז ער האט געלעבט אינגאנצן 16 אדער 17 שטונדע. י'הושע (שמועס) 18:47, 30 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]

ר' י'הושע אזוי איך האב געשריבן אינעוויניג, איך האב עס גנומען פונעם אבן עזרא ב'. אויב ווי די שרייבסט, איז דא וואס דונגען זיך, ביסטו מזומן צו אריינשריבן אינערוויניג אין קורצן דעם נושא. ישר כח! נאר איך ~ שמועס ~ ט"ו חשון ה'תשפ"ד ~  19:12, 30 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויסגעפירט אויסגעפירט. י'הושע (שמועס) 20:44, 30 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
ס'קען זיין אז ס'איז ווערד צו אריינגיין אפילו אינערווייניג. צמא לדעת וואס האלסטו? נאר איך ~ שמועס ~ ט"ו חשון ה'תשפ"ד ~ 22:19, 30 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
איך מיין אז כ'וואלט טאקע דערמאנט די עיקרי השיטות בפנים, אדער כאטש געשטעלט אין ביאור אנשטאט אויסגעמישט צווישן די הערות.
א דאנק רבי י'הושע פאר אייער ארבעט! און עס שטעלט זיך ארויס אז די ברכה פון "זה הקטן גדול יהיה" איז טאקע נישט געווען אומזיסט קריצהצמא לדעתשמועס • ט"ז חשון ה'תשפ"ד 09:07, 31 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]
אויף דערווייל האב איך עס געשטעלט אין ביאור. אויב איינער וויל, קען ער עס אריינשטעלן בפנים. י'הושע (שמועס) 18:05, 31 אקטאבער 2023 (UTC)ענטפער[ענטפער]