פרשת וזאת הברכה

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Arrow r.svg וזאת הברכה Arrow l.svg
פסוקים דברים לג, א - לד, יב
צאל פסוקים 41
צאל ווערטער 512
אינהאלט ברכת משה, פטירת משה
עשה (0)  לא תעשה (0)
הפטורה
אשכנזים און איטאליענער יהושע א, א–יח
ספרדים יהושע א, א–ט
תימנים יהושע א, א–ט, און יהושע ו, כז
פרשת וזאת הברכה אין כתר ארם צובה. באדיבות מכון בן צבי.

פרשת וְזֹאת הַבְּרָכָה איז די עלפטע און לעצטע פרשה פון ספר דברים, און די לעצטע פרשה פון די תורה בכלל. די פרשה גייט פון ספר דברים, קאַפּיטל ל"ג, פסוק א', ביז סוף ספר, קאַפּיטל ל"ד, פסוק י"בלויטן אנגענומענעם צעטיילונג פון קאפיטלען. נאך ווען מען ענדיקט ליינען די פרשה ביי קריאת התורה זאגן די אשכנזים "חזק חזק ונתחזק" אויפן ענדיגן ספר דברים.

אין די פרשה בענטשט משה די אידן איידער זיין פטירה, ”וְזֹאת הַבְּרָכָה אֲשֶׁר בֵּרַךְ מֹשֶׁה אִישׁ הָאֱלֹקִים אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לִפְנֵי מוֹתוֹ”, דאן ווערט געשילדערט זיין פטירה.

אנדערש ווי אלע פרשיות וואס ווערן געליינט שבת, ליינט מען וזאת הברכה שמחת תורה ווען מען צייכנט אפ דאס ענדיגן ליינען די גאנצע תורה דורכ'ן יאר, לויט'ן בבלישער מנהג צו ענדיגן יעדע יאר די גאנצע תורה. מען פירט זיך אז יעדער איז עולה צו די פרשה, און מען ליינט איבער די פרשה וויפיל מאל עס פעלט אויס אז יעדער זאל האבן א געלעגנהייט עולה צו זיין. דער וואס האט די לעצטע עליה אין די פרשה ווערט אנגערופן חתן תורה, און דאן רופט מען אויף דער חתן בראשית וואס באקומט די ערשטע עליה אין פרשת בראשית.

פרשה אינהאלט

ברכת משה

די ערשטע טייל פון פרשה (פרק ל"ג) שילדערט ווי משה בענטשט די אידן איידער'ן שטארבן. נאך אן אריינפיר ווי ער בענטשט כלל ישראל, בענטשט ער יעדע שבט באזונדער, אויסער שבט שמעון. די ברכות לויפן אין אלגעמיין לויט די כאראקטער פון די שבט אדער זייער נחלה אין ארץ ישראל.

משה'ס פטירה

די צווייטע טייל פון פרשה (פרק ל"ד) שילדערט ווי משה גייט ארויף אויף הר נבו און גאט צייגט אים גאנץ ארץ ישראל, דאן ווי ער שטארבט און ווערט באגראבן. כלל ישראל טרויערט אויף זיין פטירה און נעמען אן יהושע בן נון אלס מנהיג. די תורה ענדיגט זיך מיט'ן ארויסברענגען די גרויסקייט פון משה, און זיין מעלה מער פון אנדערע נביאים.

תנאים קריגן איבער ווער עס האט געשריבן די לעצטע פסוקים וואס באציען זיך צו משה'ס פטירה: לויט רבי יהודה[1] האט יהושע בן נון געשריבן די פסוקים נאך משה'ס פטירה. לויט רבי שמעון האט דאס משה געשריבן פארטרערט אויפ'ן באפעל פונעם אויבערשטן נאך בעפאר עס האט פאסירט. לויט די ערשטע שיטה מעגן אויך קינדער פאר די בר מצווה באקומען אן עלייה לתורה ביי די פסוקים[2].

הפטורה

די הפטורה, וואס עס איז די הפטורה פון שמחת תורה, איז די ערשטע פרק פון ספר יהושע, וואס שטעלט פאר וואס עס איז פארגעקומען נאך די פטירה פון משה.

דרויסנדע לינקס


פאראמעטער פעלערן אין מוסטער:פרשה לינקס

פארלאנגטע פאראמעטער [ בינינו, בית חב"ד, אתר פרשת השבוע ] פעלן
טעקסט:

טייטש

  • מאיר הלוי לעטעריס, "פרשת וזאת הברכה", חמשה חומשי תורה אין אידיש, ניו יארק, תרע"ד

פארברייטערונג:

רעפערענצן


קאַטעגאָריע:פרשת וזאת הברכה קאַטעגאָריע:פרשיות ספר דברים קאַטעגאָריע:שמחת תורה

טיילן פון דער ארטיקל זענען מעגליך איבערגעזעצט פון העברעאישער וויקיפעדיע
cc-by-sa 3.0 ערלויבענישאריגינעלער בלאטביישטייערער