ט' כסלו
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ט' כסלו איז דער ניינטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ניינטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז החא |
מאנטאג | וישלח |
השא השג |
דינסטאג | וישלח |
זחא זחג |
מיטוואך | ויצא |
זשג זשה |
דאנערשטאג | ויצא |
בחה בחג |
פרייטאג | ויצא |
בשה בשז גכה גכז |
שבת | ויצא |
חגים וזמנים
- לויט געוויסע מקורות, איז דער טאג – און באזונדער דער ניינטער שעה פון דעם טאג – א שעת רצון וואס איז מסוגל פאר הצלחה[1]
געשעענישן
- ה'תקנ"ב – געשטארבן וואלפגאנג אמאדעוס מאצארט, פון די גרעסטע קלאסישע קאמפאזיטארן
- ה'תרכ"ו – די טיילונג אין אונגארישן אידנטום: אסיפה פאררופן דורך רבי הלל ליכטנשטיין אין מיהאלאוויץ, וואו עס ווערן באשטימט איסורים קעגן די נעאלאגן
- ה'תרל"ה – "הנחת אבן הפינה" געפייערט פארן ערשטן בית הכנסת אין מאה שערים קווארטל אין ירושלים
- ה'תרע"ה – געגרינדעט דער דזשוינט, די הילף ארגאניזאציע פון אמעריקאנער אידנטום
- ה'תש"ז – אנהייב פון די מאסן-אנטלויף פון ליובאוויטשער חסידים פונעם סאוויעטן פארבאנד
- ה'תשל"ח – עגיפטישער פרעזידענט אנוואר סאדאט קומט אויף די ערשטע אפיציעלע באזוך פון אן אראבישער פירער אין מדינת ישראל
- ה'תשל"ט – געשטארבן גאלדע מאיר, פערטע פרעמיער מיניסטארין פון מדינת ישראל (געבוירן ה'תרנ"ח)
- ה'תשס"ה – פראטעסטן איבער פעלשונגען אין די וואלן אין אוקראינע זאגן אן דעם אנהייב פון די אראנזשע רעוואלוציע
- ה'תשס"ו – פראפעסאר ישראל אוימאן ווערט באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר עקאנאמיק, פאר זיין ווערק אין שפיל טעאריע
געבוירן
- ה'תקל"ד – רבי דובער, דער מיטעלער ליובאוויטשער רבי
- ה'תרצ"ו – רבי עזריאל חיים גאלדפיין, ראש ישיבה אין די ישיבה גדולה פון יאהאנעסבורג (נפטר ה'תשס"ח)
- ה'תש"י – רבי מנחם דוד האגער, אדמו"ר פון שאץ-וויזשניץ
- ה'תשי"ח – רבי צבי ווייספיש, ראש ישיבות הר"ן
- ה'תשמ"ה – בעני פרידמאן, א זינגער אין אמעריקע
יארצייטן
- ה'תקפ"ג – רבי יצחק גריסהאבער, רב פון פאקש, מחבר פון "מקל נועם" (געבוירן ה'תק"א)
- ה'תקפ"ח – רבי דובער פון ליובאוויטש, דער מיטעלער ליובאוויטשער רבי
- ה'תקצ"ז – רבי צבי ראזנבערג, דער ערשטער רב פון מיהאליפאלווא
- ה'תקצ"ח – רבי משה שפירא, רב פון סלאוויטא, א זון פון רבי פנחס קאריצער, גרינדער פון סלאוויטער דרוק (געבוירן ה'תקכ"ב)
- ה'תרל"ו – רבי דוד דוב מייזליש, רב פון לאסק, א תלמיד פון רבי יעקב לארבערבוים, מחבר פון "חידושי הרד"ד" (געבוירן ה'תקע"ד)
- ה'תרס"ח – רבי יעקב אריה שפירא פון נעשכיז
- ה'תש"א – רבי דוד יעקב טווערסקי פון זיטאמיר, אן אדמו"ר פון טשערנאבילער גזע
- ה'תשכ"ב – אוריאל צימער, א חרדישער געלערנטער און הוגה דעות, סעקרעטאר פונעם מהריי"ץ פון ליובאוויטש, און רעדאקטאר פון דער צייטונג דער איד (געבוירן ה'תרפ"א)
- ה'תשנ"ו – רבי בן-ציון פריימאן, א ירושלמ'ער תלמיד חכם וועלכער האט געדינט אלס "משיב" אין מערערע ישיבות (געבוירן ה'תרפ"ב)
- ה'תשס"ה – רבי אליעזר געלדצעהלער, ראש ישיבת "אור ישראל" אין די פאראייניגטע שטאטן (געבוירן ה'תשי"ח)
רעפערענצן
- ↑ באזירט אויף: ברית מנוחה, הדרך השנייה ניקוד הט'. זעט א לענגערער בירור דערוועגן.