רוי:רבי הלל ליכטנשטיין

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי הלל ליכטנשטיין (באקאנט ווי "רבי הלל קאלאמייער"; י"א כסלו תקע"ה, 1815 – י' אייר תרנ"א, 1891) איז געווען שטאטס־רב אין מארגארעטין און קאלאמיי. ער איז געווען א תלמיד פונעם חתם סופר און א חסיד פונעם דברי חיים פון צאנז.

לעבנסגעשיכטע

ער איז געבוירן געווארן אין דער שטאט וועטשאונגארן (היינט אין סלאוואקיי) צו זיין פאטער רבי ברוך בענדיט ליכטנשטיין. ער האט געלערנט אין פרעשבורג, וואו זיין פאטער איז געווען אב בית הדין, אן אפשטאמלינג פון 26 דורות פון פוילישע רבנים. פינף יאר האט ער געלערנט ביים חתם סופר. אין יאר תקצ"ז (1837) האט ער געהייראט רייזל, טאכטער פונעם נגיד דוד בן קלונימוס קאליש פון גאלאנטע. זיי האבן געהאט פיר קינדער: ברוך בענדיט, יונתן בנימין, ליבא און הדסה.

ער איז געבליבן אין גאלאנטע 13 יאר. אין דער צייט האט ער געענפט א ישיבה וואס ער האט געפירט מיט 30 תלמידים צווישן די יארן 1850-1837. ווען די רבנות שטעלע פון מארגארעטין איז געווארן ליידיג נאכדעם ווען הרב שלמה זלמן מינצענט האט פארלאזט די שטאט, האבן די פירער פון דער קהילה געוואלט באשטימען הרב יהושע אהרן צבי וויינבערגער (דער מהריא"ץ) רב. הרב וויינבערגער, אויך א חתם סופר'ס א תלמיד, האט אפגעזאגט ווייל זיין שווער האט געבעטן זיינע איידעמעס נישט נעמען קיין רבנות שטעלע בחייו; דערפאר האט ער געפועלט אז זיין חבר, הרב ליכטנשטיין, זאל באקומען די שטעלע, און אין תר"י (1850) האט מען אים באשטימט "ראב"ד מארגארעטין והגליל" .

א יאר נאכהער האט מען אים געקליבן צו ווערן רב פון קלויזנבורג, וואו ער איז ארויסגעשטאנען מיט זיין קעגנערשאפט צו די נעאלאגן. דאס האט געברענגט צו א ראנגל מיט אברהם פרידמן, נאכדעם וואס ער איז באשטימט געווארן הויפט רב פון זימבערגן אין קארלסבורג מטעם דער רעגירונג. הרב ליכטנשטיין האט נישט מסכים געווען ווערן אונטער זיין אויטאריטעט און האט אים חושד געווען אז ער פאלגט נאך אהרן חארינער פון אראד.

אין תר"כ (1860) איז נפטר געווארן דער רייכער שווער פון הרב וויינבערגער, וואס איז דאן געבליבן בחוסר כל. הרב ליכטנשטיין האט אין תרכ"ב איבערגעגעבן צו אים דאס רבנות אין מארגארעטין און ער אליין איז אריבער צו דינען ווי רב אין סיקסא (Szikszó) אין צפון-מזרח אונגארן. אין תרכ"ח (1868) איז ער באשטימט געווארן שטאטס־רב פון קאלאמיי אין  גאליציע, פון דערוועגן ווערט ער באקאנט ווי "רבי הלל קאלאמייער".

זיינע ספרים

הרב ליכטנשטיין האט פארעפנטליכט די פאלגנדע מוסר ספרים:

ביבליאגראפיע

  • הרב פנחס מילער, עולמו של אבא, הוצאת הוד, ירושלים תשד"מ
  • הרב אברהם חיים לוינסאן, קודש הילולים לה', קורות חייו, ירושלים תשנ"א
  • צבי הרש העלער, בית הלל, מונקאטש, 1893

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!