רוי:רבי פנחס קאריצער

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:רבי פנחס שפירא פון קאריץ)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי פנחס שפירא פון קאריץ (ה'תפ"ה - י' אלול ה'תקנ"א), מגיד אין קאריץ. באקאנט אלס רבי פנחס'ל קאריצער.

אפשטאם

רבי פנחס'ל איז געבוירן אין יאר ה'תפ"ה (אומגעפער) צו זיין פאטער רבי אברהם אבא שפירא, א זון פון רבי פנחס שפירא, מגיד אין שקלאוו, אייניקלעך פון רבי נתן נטע שפירא, דער מגלה עמוקות. און צו זיין מוטער מרת רחל שיינדיל שרה.

רבי פנחס שפירא פון שקלאוו איז געווען אין איינע פון די ביטערסטע צייטן וואס אידישע קינדער האבן איבערגעלעבט, באלד נאך די גזירות ת"ח ות"ט, די פרשה פון כת ש"ץ, די טעגלעכע פאגראמען פון דער קירכע. אין די פינסטערע טעג איז רבי פנחס ארום געפארן פון שטעטל צו שטעטל אויפוועקן די הערצער און אויפהייבן דעם מאראל פון אידישע קינדער.
רבי אברהם אבא שפירא, איז געווען א רב אין א שטעטל אין ליטא. איין אינדערפרי גייענדיג צום דאווענען שטעלט אים אָן א גוי מיט א שטיק גאלד אין דער האנט וואס ער האט געטראפן, און וויל עס ענדערשט פארקויפן פאר רבי אברהם זייער ביליג, ווי איידער צוגיין אויפן מארק וואו מ'וועט אים אפנארן, רבי אברהם האט זיך געפירט נישט אויסצורעדן פאר דעם דאווענען, האט אים געווינקען אז ער מוז ווארטן ביז נאך זיין דאווענען, דעווייל האט דער גוי פארקויפט דאס שטיקל גאלד פאר אן אנדערן. יענע נאכט האט זיין פאטער זיך באוויזן צו אים אין חלום, און אים פארציילט, אז אין הימל איז געווארן א גרויס טומעל איבערדעם וואס ער האט נישט געענדערט זיין פירעכטס איבער דעם גלוסט פון געלט, דערפאר וועט ער באלוינט ווערען מיט א זון וואס וועט באלייכטן די וועלט ווי גאלד.
איבער א געוויסע פאלשע אנקלאגע האט רבי אברהם געמיזט אנטלויפן פון ליטא מיט זיין פאמיליע, און זיך באזעצט אין מירופולי.

זיין געשיכטע

רבי פנחס'ל איז געווען א אויסנאמער מתמיד, מען האט אויף אים געזאגט, ער איז דער אפוטרופוס פון דער תורה, ער האט מיט קיינעם נישט גערעדט, ס'זאל אים נישט שטערן פון לערנען, מ'האט אים גערופן דער שטומער בחור.

הסתלקות

רבי פנחס'ל איז נפטר געווארן י' אלול ה'תקנ"א, און ליגט אין שעפעטיווקע.

זיין פאמיליע

רבי פנחס'ל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חנה, פון חמעלניק, אבער נאך א צייט האט ער איר גע'גט.

בזיווג שני האט רבי פנחס'ל געהייראט מרת טריינא א טאכטער פון הרב יונה ווייל פון סלאוויטא. זייערע קינדער:

בזיווג שלישי האט רבי פנחס'ל געהייראט מרת יוטא. זייערע קינדער:

זיינע ספרים

  • אמרי פנחס

רעפערענצען

  • אמרי פנחס
  1. אן אייניקל פון רבי שמשון אסטראפאלער
תלמידים פון בעש"ט

רבי אברהם פאדלוסקעררבי אברהם פון מעזשיבוזשרבי אברהם אבא פון דוביסאררבי אברהם אבא פון לובליןרבי אברהם אבא פון קריבושרבי אברהם גרשון פון קיטוברבי אברהם שמשון פון ראשקאוורבי אהרן פון מעזשיבוזשרבי אהרן משרתרבי אהרן הגדול פון קארליןרבי אהרן פון קיטוברבי אליהו פון סאקאלובקירבי אליעזר פון טאמאשפאלירבי אלכסנדר סופררבי אריה לייב פון שפאלערבי בנימין פון זאלאשיץרבי ברוך פון מעזשיבוזשרבי ברוך פון קאמינקארבי גרשון פון פאווליץרבי דוב בער פון זאסלאוורבי דוב בער פון מעזריטשרבי דוד פון חאלאדאווקערבי דוד פון ליניץרבי דוד פון מיקאלייאוורבי דוד פון קאלאמייערבי דוד פון שאריגראדרבי דוד היילפרין פון אוסטראהרבי דוד לייקעסרבי דוד מגיד פון טולטשיןרבי דוד פירקוסרבי זאב פון אליקזאב וואלף קיצעסרבי זעליג פון לאטושוברבי חיים פון קראסנארבי חיים מגיד פון ליניץרבי יהודה ליב פון פולנאהרבי יואל פון פראטהוררבי יואל פון נעמיראוורבי יודל פון טשודנוברבי יונה פון אוסטראהרבי יונה פון פולוצקרבי יונה פון קאמינקארבי יוסף פון דראהאביטשרבי יוסף פון זורניץרבי יוסף פון קאמינקאיוסף אשכנזירבי יוסף יואל פון סטעפאןרבי יוסף יוזפא פון אוסטראהרבי יוסף משה פון מעזשיבוזשרבי יוסף מלמד פון חמעלניקרבי יוסף ספראוועדליווער פון פיסטיןרבי יחיאל מיכל פון האראדנערבי יחיאל מיכל פון זלאטשאוורבי יעקב פון האניפאלירבי יעקב פון מעזשיבוזשרבי יעקב יוסף פון אוסטראהרבי יעקב יוסף פון פולנאהרבי יעקב קאפל חסידרבי יצחק פון דראהאביטשרבי יצחק פון מעזריטשרבי יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץרבי ישכר בער פון ליובאוויטשרבי ישכר פון קישינאוורבי ישעיהו פון יאנאוורבי ישראל חריף פון סאטינאוורבי לייב שרה'סרבי לייב קעסלעררבי ליפא פון חמעלניקרבי מאיר הגדול פון פרעמישלאןרבי מאיר מרגליות פון אוסטראהרבי מנחם מענדל פון באררבי מנחם מענדל פון דוביסאררבי מנחם מענדל פון וויטעבסקרבי מנחם מענדל פון פרימישלאןרבי מנחם מענדל פון קאלאמייערבי מנחם נחום פון טשערנאבילרבי מרדכי פון זאסלאוורבי משה פון קיטוברבי משה פון שאטנאווערבי משה פון שדה חדשרבי משה קעדסרבי משה שהם פון דאלינארבי משה חיים אפרים פון סדילקאוורבי נחמן פון האראדענקערבי נחמן פון קאסוברבי נטע פון אוורוטשרבי ניסן כ"ץ פון דווארטרבי פאלק פון טיטשלניקפנחס שפירא פון קאריץרבי צבי חסיד פון זלאטשאוורבי צבי סופררבי צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוברבי צבי הערש פון אוסטראהרבי צבי הערש פון קאמינקארבי שמואל פון קאמינקארבי שבתי פון ראשקאוו

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!

פידבעק בלאט
פידבעק אויפן ארטיקל