מען קען אננעמען אז נאך די פארממעסט אין העברי וועטסטו צוריק קומען?
באַניצער שמועס:מוטל
גא"מ. כ'קוק ארויס דערויף יעדן טאג.
(ובמאמר המוסגר: מיר האבן זיך שוין אביסל אנטוויקלט דאהי, און מיר וועלן בעז"ה בעסער אויפנעמען אייער העפטיגן טעמפא ).
שלום לכם, רבי מוטל! מן הסתם האט איר באמערקט אז איך האב אריבערגעפירט עטליכע פון אייערע ארטיקלען צום מרחב הטיוטה. איך האב עס געטון מיט ווייטאג, נאך וואס עס אונז א גרויסער זכות און פארדינסט אייער דא זיין אויף המכלול, און שאפן רייכע ארטיקלען וואס דאס איז דאך אונזער ציל. איך האב אבער געפילט פאר וויכטיג דאס צו טון, ווייל די נוהל יעצט איז צו שאפן נייע ארטיקלען בלויז אינעם מרחב הטיוטה, און נאר נאך וואס די באשטימטע בלעטער איבערקוקער קוקן דאס איבער, פירן זיי דאס אריבער צום מרחב ערכים. דאס מיינט נישט אז עפעס איז ח"ו שלעכט מיט אייער ארטיקל, נאר וויבאלד מיר ווילן אז דער אנהייב און יסוד פונעם מכלול, ד"ה די ערשטע הונדערט ארטיקלען זאלן זיין בתכלית השלימות.
גלייכצייטיג, וואלט איך אייך געראטן, אז די בלעטער אינעם רוי געביט וואס איר האט געמאכט גרויסע שינויים, ווי רבי אברהם יצחק קאהן זאלט איר קאפירן דעם טעקסט דערפון און אריינפעיסטן אין א דרעפט ארטיקל (דערביי אראפנעמען די יידיש וויקי קרדיט מוסטער), כדי די עריכות זאלן נישט חלילה פארלוירן גיין אינעם בלאטע פון רוי.
כ'וויל אייך נאכאמאל שטארק באדאנקן פאר אייערע ביישטייערונגען אינעם מכלול! כה לחי! און איך האף אויף אייער פארזעצן שרייבן און ביישטייערן.
כוכב הפרוייקטור | |
מיט א אידיש ווי פון מעלות, אויסנאם ברייטע ידיעה, און א שניט פון רעדאגרירן פון העכסטן קוואליטעט, דרייט זיך דא ארום ר' מוטל און ווארפט אויסערגעווענליך שיינע ארטיקלען ווי פון ארבעל ארויס.
דריי זיך דא, דריי זיך, ר' מוטל, און מאך זיכער דו באזוכסט יעדער ווינקל!... שווערמער (שמועס) 18:56, 3 פעברואר 2023 (IST) |
כוכב הכותבים | |
אייער פלייס איז אטעם-פארכאפנד! כה לחי!
א קליינע באמערקונג, אויב איך מעג: וואלט אייך געווען מעגליך צו שרייבן אייערע ארטיקלען לכתחילה אלס א פרישע דרעפט (טיוטה), און נישט באארבעטן און אריבערפירן די ארטיקלען פון "רוי"? עס קען אויסקוקן ווי א איבריגע זאך, אבער למעשה שפארט עס אסאך פראבלעמען שפעטער. "רוי" איז געמאכט בלויז אז אונזערע ארטיקלען זאלן נישט זיין פול מיט צעבראכענע קישורים, און אז דער וואס זוכט די אינפארמאציע זאל עס דערווייל שוין אויך קענען טרעפן ביי אונז. א שיינעם דאנק נאכאמאל! — צמא לדעת • שמועס • י"א שבט ה'תשפ"ג 19:36, 2 פעברואר 2023 (IST) |
מצטרף בהערכה ובהכרת הטוב!
איר האט גאר אסאך צוגעלייגט אין די קורצע וויילע וואס איר זענט אקטיוו געווען, און מיר קוקן ארויס אויף אייער צוריקקער.
מיר גרייטן זיך אנצוהייבן שרייבן פרישע ארטיקלען אין א מזל'דיגע שעה, און מיר האפן אז איר וועט קענען שפילן דערין אן אקטיווע ראלע.
אויף דערווייל, וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב איר קענט זיך אונטערנעמען א געוויסע צאל ארטיקלען, צום ווייניגסטענס, וואס איר וועט באקוקן יעדן טאג, און עס שרייבן אינעם באשטימטן בלאט.
עס דארף נישט זיין קיין סאך (אפילו איין איז אן א שיעור בעסער ווי גארנישט); דער עיקר איז די קביעות, ופרוטה לפרוטה מצטרפת.
א דאנק!
If you can't read Yiddish, click here.
טייערער געערטער חבר, ברוך בואך צו דער אידישער המכלול! די אומזינסטע און אָפענע ענציקלאָפעדיע פאַר יעדן אייניג צו ליינען און שרייבן.
שרייבן: אויב איר ווילט צולייגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען – און עס איז גאר ראטזאם – דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאגירט" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאגירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "זעט אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אויפטו פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע טעמע דורכ'ן דרוקן אויפ'ן "לייגט צו טעמע" קנעפל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין המכלול שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים היטן אלס אן אונטערשריפט מיט אייער נאמען, און א לינק צו אייער באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאַטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער שמועס בלאט". מען קען אנקומען צום באַניצער בלאט דורכ'ן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער. עס באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצלהייטן. אין דעם שמועס בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין המכלול קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפ'ן אינטערנעט, חוץ אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע ביישטייערונגען, און ווינטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פאר'ן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע המכלול באניצער, ליינער און שרייבער
דער "שלום עליכם" מוסטער איז נאכנישט אינגאנצן צוגעפאסט אהער, אבער אזא מכלולאי ותיק ווי איר זענט דארף געוויס נישט מיין הילף...
איין זאך וואס איך וואלט אייך יא געוואלט צואווייזן: מיר זענען יעצט פארטון מיט'ן רייניגונג פראיעקט. דער פראצעדור איז גרינג און געשווינד, און פאדערט געווענליך נישט קיין סאך. אויב קענט איר נעמען אויף זיך אפילו בלויז עטליכע ארטיקלען א טאג, וועט עס זיין א שטארקע הילף און א חיזוק.
א ריזיגן ש'כוח ר' מוטל פאר די כוחות וואס איר לייגט דא אריין מוסטער:תודה.
עס איז כדאי אינאכטצונעמען אז די מערהייט פון די וויקיפעדיע בלעטער, וועלן אי"ה גענצליך ערזעצט ווערן בהמשך הימים והשנים מיט פרישע "המכלול" בלעטער. דעריבער איז לכאורה נויטיגער צו אינוועסטירן אינעם בויען אייגענע "המכלול" בלעטער (אין טיוטות; לכתחילה פון המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען), אדער אינעם "המכלול:רייניגונג פראיעקט" (מעקן אומפאסיגע און אומאויסגעהאלטענע שורות און דערנאך אראפנעמען די "אומבאקוקט" קאטעגאריע).
תודה רבה עוד הפעם!!!
נישטא קיין עלטערע טעמעס