הילף:רעדאגירן א בלאט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עריכת ערכים

צו רעדאגירן בלעטער אין המכלול, דאס הייסט טוישן די אינהאלט פון א בלאט וואס איר זעט, זענען דא צוויי געצייגן, צו וועלכע מען קומט אן דורך די קנעפלעך וואס געפינען זיך אויבן פון יעדע בלאט:

  • רעדאגירן קאוד - גרייכט מען דורך דרוקן אויפ'ן "רעדאגירט קאוד" קנעפל. דאס איז דער אלטער וועג, וואס ארבעט שוין פון די ערשטע טעג פון די וויקי זייטלעך. זיך צו באניצן דערמיט פעלט אויס זיך צו באקענען אביסל מיט וויקי סינטעקס (געקעסטלטע קלאמערן און געקרייזלטע קלאמערן, HTML טעגס וכו'). ווען מען באניצט זיך מיט'ן קאוד רעדאגירער איז רעקאמענדירט צו דרוקן אויפ'ן "זעט אויסקוק" קנעפל וואס געפינט זיך אונטן פון בלאט פאר'ן פובליצירן דעם רעדאגירונג, איבערהויפט פאר נייע באניצער.
  • וויזועלער רעדאגירער - גרייכט מען דורכ'ן דרוקן אויפ'ן "רעדאגירט" קנעפל. דאס איז א רעלאטיוו-נייער געצייג, וואס ערמעגליכט צו רעדאגירן אויף א מעבד תמלילים סטיל, וואס דורך איר וועט דער רעדאגירונג גראד צייגן ("WYSIWYG") מיט'ן עווענטועלן אויסקוק.