המכלול:רייניגונג פראיעקט
רייניגן און פאראידישן איז גרינגער ווי איר מיינט, און איר קענט אפילו טון בלויז די חלקים וועלכע זענען אייך געשמאק. מאכט נאר זיכער אז איר ווייסט וואס צו רייניגן, געבט א בליק איבער דעם פראצעדור, און איר זענט גרייט צו נעמען א טייל!
99.8% ארטיקלען באקוקט | ||
|
36.9% ארטיקלען געטוישט פון ייִדיש | ||
|
וואס צו רייניגן
דאס זענען די רייניגונג-אנווייזונגען פאר ארטיקלען אריבערגעברענגט פון וויקיפעדיע. דאס זענען נישט די אנגענומענע פרינציפן פאר ארטיקלען געשאפן דאהי, וועלכע וועלן נאך בעז"ה אויסגעארבעט ווערן באזונדער.
כפירה
- כפירה אין די עיקרי אמונה: א סתירה צו איינע פון די י"ג עיקרים לויט ווי אנגענומען אין כלל ישראל, סיי דירעקט און סיי אומדירעקט.
- כפירה אין רוחניות: פארלייקענען דעם עקזיסטענץ פון נסים, מלאכים, נשמה, וכדומה. פארגלייכונגען כלאחר יד פון שדים צו פעריס, כישוף צו אבערגלויבנס, וכדומה, דארף פארראכטן ווערן.
- כפירה אין תורה: באציאונגען צו סיפורי התורה ווי להבדיל צו לעגענדעס; מייחס זיין חלקים פון תנ"ך צו אנדערע מחברים ווי לויט חז"ל והמסורה; רעדן וועגן אנטוויקלונג פונעם נוסח און איבער די "כוונה פונעם רעדאקטאר". ווען דברי התורה ווערן אראפגעברענגט מיט א "נייטראלע" בליק (אזוי צו זאגן), ווי: "לויט די תורה" איז די מעשה געווען כך וכך, דארף עס פארראכטן ווערן.
קדושת התורה
- שמות הקודש: טוישן שמות שאינם נמחקים, און בכלל שרייבן בדרך כבוד בנוגע צו השי"ת און דברי קדושה.
- להבדיל: פארגלייכן אידישקייט מיט אנדערע רעליגיעס, הלכה'דיגע אידישקייט ווי איין מעגליכקייט פון אסאך גלייכע, וכדומה. דאס איז נאר ווען דאס איז וואס ווערט ארויסגעברענגט, דירעקט אדער אומדירעקט; ווען אידישקייט ווערט אויסגערעכנט צוזאמען מיט אנדערע אידעאלאגיעס לגבי א געוויסע פרט, איז גענוג צוצולייגן "להבדיל" - "עס איז פארבאטן צו עסן חזיר לויט די תורה, ווי אויך, להבדיל, אין די איסלאמישע רעליגיע". ווערטער איבער "שטרעמונגען אין אידישקייט", "די ארטאדאקסישע סעקטע פון אידישקייט", וכדומה, קענען געווענליך אויך גרינג געטוישט ווערן.
כבוד חכמים
- תואר: רבנים און גדולי ישראל, שרייבן מיט טיטול לויט ווי געוואוינט פאר יענע תקופה (געווענליך "רבי"), אויסער די וועלכע מען רופט "הרב" אויף היימיש אידיש וועלכע דארפן אזוי באצייכנט ווערן - סיי אינעווייניג אין ארטיקל און סיי אלס נאמען פון ערך.
צניעות
אומפאסיג און אומוויכטיג: ארטיקלען וועלכע זענען אינגאנצן נישט געאייגנט פאר שומרי תורה צוליב פריצות וכיעור, אדער וועלכע קענען נאר אינטערעסירט די מיט א פארגרעבטע לעבנסשטייגער (ווי איבער מאדעלקעס), ווערן אינגאנצן געמעקט.
אומפאסיג אבער וויכטיג: אומאיידעלע אויסדרוקן דארפן פארראכטן ווערן, צומאל מיט א קלייניגקייט און צומאל דורך ארומטוישן גאנצע זאצן און ארויסלאזן פרטים בדברים שבצנעה. אויב איז דער גאנצער ערך נישט גוט געשריבן ביסודו, קען זיין בעסער עס צו מעקן און שאפן א בעסערע ארטיקל פונדאסניי. ווערטער וועלכע ווערן געווענליך געמעקט צוליב אומאיידלקייט (אונס, זנות, וכדומה), קענען אבער יא גענוצט ווערן אין ערכי תורה והלכה ווען דאס איז וואס שטייט.
אומפאסיגע בילדער: אריינגערעכנט בילדער פון פרויען - מעקן. אין פאל פון ספק קען מען געווענליך זען אויב דאס בילד איז שוין געמעקט געווארן אין העברעאישן המכלול.
דאטומען
- פריער ווי שנת הבריאה: יארן וועלכע שטימען נישט מיט'ן חשבון השנים לויט אונזער מסורה, אויב קען מען גרינג פאררעכטן, ווי טוישן "צוועלף טויזנט יאר צוריק" אויף "אין פרע-היסטאריע" זאל מען אזוי טון; אויב נישט, זאל מען צולייגן דעם
[[קאטעגאריע:פאדערט צופאסונג]]
.
פראצעדור
דער פראצעדור קען נעמען ביז פיר טריט פער ארטיקל, אבער רוב פון די טריט זענען גאר גרינג און נעמען נישט מער ווי געציילטע סעקונדעס. ואלו הן:
- איבערקוקן אינהאלט, און אויסמעקן אדער פאררעכטן וואס דארף גערייניגט ווערן.
- מעקן ארטיקלען וועלכע זענען אינגאנצן נישט וויכטיג און וועלן קיינמאל נישט זיין.
- צולייגן די וויכטיגסטע קאטעגאריעס, צו אויסשטעלן אונזערע פריאריטעטן אויף ווייטער[1], און פארבינדן די וויכטיגסטע ארטיקלען צו המכלול העברי, אז עס זאל ארויפקומען ביי דער זייט אונטער'ן קעפל "אין אנדערע שפראכן"[2].
- אריבערפירן דעם ארטיקל וואו עס געהערט.
באקוקן אינהאלט
אלע ארטיקלען וועלן באקומען די "אומבאקוקט" קאטעגאריע. דער ציל איז אז זיי זאלן אלע ווערן באקוקט און די קאטעגאריע אראפגענומען[3].
וויכטיג: דרוקט אויף "טרעף פארדעכטיגטע ווערטער" (ביים זייט פונעם בלאט), און מאכט זיכער אז איר האט באמערקט אלע ווערטער וועלכע זענען געווארן קאלירט. נישט אלעמאל זענען די ווערטער באמת פראבלעמאטיש, אבער עס איז נישט ערלויבט אוועקצונעמען דעם [[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
איידער איר האט איבערגעקוקט אלע אזעלכע ווערטער. פון די אנדערע זייט, קען מען נישט אויפכאפן אלע פראבלעמען אויף דעם וועג. איר דארפט אליין אויך איבערקוקן דעם בלאט איידער איר גייט ווייטער[4]. און דאן:
- אויב דאס גאנצע ארטיקל באשטייט בלויז פון קלארע כיעור, מינות, און אנדערע זאכן צו רייניגן, דאן מעקט אויס דעם בלאט.
- אויב איז פארהאן קלארע כיעור, מינות, ראיות אסורות, וכדומה, אינמיטן אן ארטיקל, מעקט אויס דעם שטיקל[5], און:
- לייגט צו דעם
[[קאטעגאריע:אינהאלט אראפגענומען]]
- נעמט אוועק דעם
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
, ווען איר האט שוין איבערגעקוקט דאס גאנצע - אריינגערעכנט די בילדער (זעט ווייטער).
- לייגט צו דעם
- אויב דער גאנצער בלאט, אדער א חלק דערפון, איז אין די גרויע תחום צווישן האלטן אדער מעקן, אדער עס איז אומקלאר גענוי וויפיל און וויאזוי צו טוישן, דאן:
- לייגט צו דעם
[[קאטעגאריע:פאדערט צופאסונג]]
- פרובירט צו עפענען א שמועס דערוועגן דא אינעם רייניגונג פראיעקט, מיר זאלן צוזאמען צוקומען צו ריכטיגע פרינציפן און מהלכים.
- לייגט צו דעם
- אויב דער ארטיקל שפירט זיך פרעמד, ווייל עס רעדט זיך איבער עניני אמונות ודעות וכדומה בלויז פון א סעקולארן שטאנדפונקט, דאן:
- לייגט צו דעם
[[קאטעגאריע:פעלט אידישע בליק]]
- נעמט אוועק דעם
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
, ווען איר האט שוין איבערגעקוקט דאס גאנצע - אריינגערעכנט די בילדער (זעט ווייטער).
- לייגט צו דעם
רייניגן בילדער
- בילדער וועלכע קענען נישט גערייניגט ווערן, מעקט אויס. עס איז ראטזאם צו בלאקירן דעם בילד, דורך דעם "מעקט בילדער" לינק פון אויבן פון בלאט.
- א בילד פון א בנין וואס בלויז ביי די זייט קען מען באמערקן נשים, וכדומה, שניידט זיי אוועק.
אויב זיך שפילן מיט בילדער איז נישט פאר אייך, קענט איר עס דערמאנען ביים בילדער בלאט און לאזן די ארבעט פאר אנדערע.
מעקן ארטיקלען
אויב עפעס איז סיי פיצל (ממש בלויז א ווערטערבוך דעפיניציע) און סיי אומענציקלאפעדיש, אדער עס איז דברי הבל וואס וועט קיינמאל נישט האבן קיין נוצן פאר'ן דורכשניטליכן אידיש ליינער, אפילו אלס מראה מקום, דאן קענט איר מעקן דאס בלאט. שרייבט ביים דעזיגנירטן בלאט וואס איר האט געמעקט און פארוואס.
קאטעגאריזאציע און קישורים
ווען איר ליינט איבער דעם אינהאלט בתשומת לב, כדי עס צו רייניגן, איז די פאסיגסטע צייט צו געבן נאך עטליכע סעקונדעס מחשבה און ריכטיג קאטעגאריזירן דעם ארטיקל, כדי צו שפארן גאר אסאך צייט און ארבעט אויף שפעטער. אבער דאס סאמע וויכטיגסטע איז נישט צו פארלירן חשבון אויף די ארטיקלען וועלכע דארפן זיין הויך אויף די ליסטע פון פריאריטעטן.
- ערכי היסוד אין יהדות, וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים צו טראגן א שטיקל פנים
- שטעלט צו דעם
[[קאטעגאריע:אידישקייט ארטיקלען צו פארברייטערן]]
, און - פארבינדט דעם ארטיקל צום רעלעוואנטן ערך אין המכלול העברי, ווי אויבן דערמאנט.
- שטעלט צו דעם
- ערכי יסוד אין אנדערע געביטן, וועלכע דארפן פארברייטערט ווערן איידער מיר גייען לרשות הרבים צו טראגן א שטיקל פנים
- שטעלט צו דעם
[[קאטעגאריע:עלעמענטארע ארטיקלען צו פארברייטערן]]
, און - פארבינדט דעם ארטיקל צום רעלעוואנטן ערך אין המכלול העברי, ווי אויבן דערמאנט.
- שטעלט צו דעם
ביי די ביידע פעלער פון ערכי היסוד, איז אויך כדאי צו דרוקן דעם "בדיקה" קנעפל, אונטן, נוצנדיג דעם "רעדאגירט טעקסט" אפציע, צו טרעפן מעגליך-פארבליבענע יידישיסטישע דערנער אויסצורייסן[6]. געבט נאר שנעל א בליק איבער, זיכער צו מאכן אז דער טשאטשקע האט גארנישט חרוב געמאכט.
עס איז שטארק ראטזאם צו שטעלן נאך געציילטע קאטעגאריעס, ווען פאסיג:
- א גרויס חלק ארטיקלען זענען כמעט בלויז ווערטערבוך-זאצן. ווען די נושא פאר זיך איז פאסיג און קען נוצן אן ארטיקל, דאן מעקט עס נישט אויס, נאר שטעלט דעם
[[קאטעגאריע:פיצעלע ארטיקל]]
. ווען די נושא פאר זיך איז נישט אזוי איי איי איי, קען מען גרינגער מעקן ווען צו דעם איז עס נאך פיצל, ווי אויבן דערמאנט. - אן ארטיקל אן קיין ענציקלאפעדישע חשיבות, שטעלט דעם
[[קאטעגאריע: נישט ענציקלאפעדיש]]
. אין פאל פון ספק קען מען געווענליך נאכקוקן אויף המכלול העברי, אדער אויב א היבשע פאר וויקיס (אויף וויקידאטע) באשרייבן דאס. - פון די אנדערע זייט, אן ארטיקל וואס איז - לפי ערך - נישט אזוי שלעכט, א דורכשניטליכער ליינער וואס איז נישט געוואוינט צו הויכע סטאנדארטן קען אפילו הנאה האבן אדער קונה זיין דערפון, שטעלט דעם
[[קאטעגאריע: נישט שלעכט]]
.
אריבערפירן
- פירט אריבער ארטיקלען איבער רבנים, רביים, וכדומה, אז דער נאמען פון ארטיקל זאל זיך אנהייבן מיט "רבי", אויסער די וועלכע מען רופט "הרב" אויף היימיש אידיש וועלכע דארפן ווערן אריבערגעפירט אהין. מאכט זיכער אז איר לאזט א ווייטערפיר צום אלטן נאמען.
- אויך ווען דער נאמען פון ארטיקל איז יידישיסטיש (טשעקטי טוישט נישט דעם קעפל), וכדומה, פירט עס אריבער צום היימישן ארט.
צום אויספיר, האט איר אסאך מעגליכקייטן וויאזוי זיך צו טיילן מיט די ארבעט מיט אנדערע און טון אייערס מיט געשמאק. סיי וואס אין וויפיל איר טוט, זענט איר פון די עשרה ראשונים אויפצובויען דעם בית הגדול שמגדלים בו תורה וחכמה בעז"ה!
הערות
- ↑ אויב ווייסט איר נישט, לערנט אייך ווי אזוי מען לייגט צו א קאטעגאריע.
- ↑ אויב ווייסט איר נישט, לערנט אייך ווי אזוי צו פארבינדן מיט המכלול העברי.
- ↑ אויב ווייסט איר נישט, לערנט אייך ווי אזוי מען נעמט אראפ א קאטעגאריע.
- ↑ ווען איר באגעגנט פארדעכטיגע ווערטער וועלכע זענען נישט אויף די ליסטע - דהיינו, ווערטער וועלכע פאדערן אלעמאל אויפמערזאמקייט, זיכער צו מאכן אז זיי זענען כשר אין קאנטעקסט וואו זיי זענען - ביטע שטעלט עס אהער אין "מילים חשודות" אפטיילונג. ווען א געוויסע ווארט אויף די ליסטע איז, לויט אייך, איבריג און אינגאנצן נישט פארדעכטיגט, קענט איר עס אויך אויסשמועסן.
- ↑ אין פאל וואס איר זעט קלארע פראבלעמען אין דעם ארטיקל, אבער איר זענט יעצט נישט דערביי עס אינגאנצן צו פאררעכטן, איז ראטזאם עס באריכטן. דאס וועט זיכער מאכן אז דער פראבלעם ווערט נישט פארגעסן, און אנדערע - אדער איר אין א צווייטע געלעגנהייט - וועלן צוריקקומען דערצו.
- ↑ 1אויב איר טרעפט אייך מערערע מאל טוישן איין געוויסע ווארט פון יידיש-אויסלייג צו אידיש, עפעס וואס קען ווען געטון ווערן אויטאמאטיש, ביטע שטעלט אהער דעם יידישן ווארט אין ערשטן קאלום און אייער ערזאץ אין דריטן.