מען קען אננעמען אז נאך די פארממעסט אין העברי וועטסטו צוריק קומען?
באַניצער שמועס:מוטל
גא"מ. כ'קוק ארויס דערויף יעדן טאג.
(ובמאמר המוסגר: מיר האבן זיך שוין אביסל אנטוויקלט דאהי, און מיר וועלן בעז"ה בעסער אויפנעמען אייער העפטיגן טעמפא ).
שלום לכם, רבי מוטל! מן הסתם האט איר באמערקט אז איך האב אריבערגעפירט עטליכע פון אייערע ארטיקלען צום מרחב הטיוטה. איך האב עס געטון מיט ווייטאג, נאך וואס עס אונז א גרויסער זכות און פארדינסט אייער דא זיין אויף המכלול, און שאפן רייכע ארטיקלען וואס דאס איז דאך אונזער ציל. איך האב אבער געפילט פאר וויכטיג דאס צו טון, ווייל די נוהל יעצט איז צו שאפן נייע ארטיקלען בלויז אינעם מרחב הטיוטה, און נאר נאך וואס די באשטימטע בלעטער איבערקוקער קוקן דאס איבער, פירן זיי דאס אריבער צום מרחב ערכים. דאס מיינט נישט אז עפעס איז ח"ו שלעכט מיט אייער ארטיקל, נאר וויבאלד מיר ווילן אז דער אנהייב און יסוד פונעם מכלול, ד"ה די ערשטע הונדערט ארטיקלען זאלן זיין בתכלית השלימות.
גלייכצייטיג, וואלט איך אייך געראטן, אז די בלעטער אינעם רוי געביט וואס איר האט געמאכט גרויסע שינויים, ווי רבי אברהם יצחק קאהן זאלט איר קאפירן דעם טעקסט דערפון און אריינפעיסטן אין א דרעפט ארטיקל (דערביי אראפנעמען די יידיש וויקי קרדיט מוסטער), כדי די עריכות זאלן נישט חלילה פארלוירן גיין אינעם בלאטע פון רוי.
כ'וויל אייך נאכאמאל שטארק באדאנקן פאר אייערע ביישטייערונגען אינעם מכלול! כה לחי! און איך האף אויף אייער פארזעצן שרייבן און ביישטייערן.
![]() |
כוכב הפרוייקטור |
מיט א אידיש ווי פון מעלות, אויסנאם ברייטע ידיעה, און א שניט פון רעדאגרירן פון העכסטן קוואליטעט, דרייט זיך דא ארום ר' מוטל און ווארפט אויסערגעווענליך שיינע ארטיקלען ווי פון ארבעל ארויס.
דריי זיך דא, דריי זיך, ר' מוטל, און מאך זיכער דו באזוכסט יעדער ווינקל!... שווערמער (שמועס) 18:56, 3 פעברואר 2023 (IST) |
![]() |
כוכב הכותבים |
אייער פלייס איז אטעם-פארכאפנד! כה לחי!
א קליינע באמערקונג, אויב איך מעג: וואלט אייך געווען מעגליך צו שרייבן אייערע ארטיקלען לכתחילה אלס א פרישע דרעפט (טיוטה), און נישט באארבעטן און אריבערפירן די ארטיקלען פון "רוי"? עס קען אויסקוקן ווי א איבריגע זאך, אבער למעשה שפארט עס אסאך פראבלעמען שפעטער. "רוי" איז געמאכט בלויז אז אונזערע ארטיקלען זאלן נישט זיין פול מיט צעבראכענע קישורים, און אז דער וואס זוכט די אינפארמאציע זאל עס דערווייל שוין אויך קענען טרעפן ביי אונז. א שיינעם דאנק נאכאמאל! — צמא לדעת • שמועס • י"א שבט ה'תשפ"ג 19:36, 2 פעברואר 2023 (IST) |
מצטרף בהערכה ובהכרת הטוב!
איר האט גאר אסאך צוגעלייגט אין די קורצע וויילע וואס איר זענט אקטיוו געווען, און מיר קוקן ארויס אויף אייער צוריקקער.
מיר גרייטן זיך אנצוהייבן שרייבן פרישע ארטיקלען אין א מזל'דיגע שעה, און מיר האפן אז איר וועט קענען שפילן דערין אן אקטיווע ראלע.
אויף דערווייל, וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב איר קענט זיך אונטערנעמען א געוויסע צאל ארטיקלען, צום ווייניגסטענס, וואס איר וועט באקוקן יעדן טאג, און עס שרייבן אינעם באשטימטן בלאט.
עס דארף נישט זיין קיין סאך (אפילו איין איז אן א שיעור בעסער ווי גארנישט); דער עיקר איז די קביעות, ופרוטה לפרוטה מצטרפת.
א דאנק!
If you can't read Yiddish, click here.
טייערער געערטער חבר, ברוך בואך צו דער אידישער המכלול! די אומזינסטע און אָפענע ענציקלאָפעדיע פאַר יעדן אייניג צו ליינען און שרייבן.






מיר קוקן ארויס אויף אייערע ביישטייערונגען, און ווינטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פאר'ן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע המכלול באניצער, ליינער און שרייבער
דער "שלום עליכם" מוסטער איז נאכנישט אינגאנצן צוגעפאסט אהער, אבער אזא מכלולאי ותיק ווי איר זענט דארף געוויס נישט מיין הילף...
איין זאך וואס איך וואלט אייך יא געוואלט צואווייזן: מיר זענען יעצט פארטון מיט'ן רייניגונג פראיעקט. דער פראצעדור איז גרינג און געשווינד, און פאדערט געווענליך נישט קיין סאך. אויב קענט איר נעמען אויף זיך אפילו בלויז עטליכע ארטיקלען א טאג, וועט עס זיין א שטארקע הילף און א חיזוק.
א ריזיגן ש'כוח ר' מוטל פאר די כוחות וואס איר לייגט דא אריין מוסטער:תודה.
עס איז כדאי אינאכטצונעמען אז די מערהייט פון די וויקיפעדיע בלעטער, וועלן אי"ה גענצליך ערזעצט ווערן בהמשך הימים והשנים מיט פרישע "המכלול" בלעטער. דעריבער איז לכאורה נויטיגער צו אינוועסטירן אינעם בויען אייגענע "המכלול" בלעטער (אין טיוטות; לכתחילה פון המכלול:וויכטיגסטע ארטיקלען), אדער אינעם "המכלול:רייניגונג פראיעקט" (מעקן אומפאסיגע און אומאויסגעהאלטענע שורות און דערנאך אראפנעמען די "אומבאקוקט" קאטעגאריע).
תודה רבה עוד הפעם!!!
נישטא קיין עלטערע טעמעס