רוי:צאנז (חסידות)

ווערסיע פון 12:35, 7 יולי 2024 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (החלפת טקסט – "סיגעט" ב־"סיגוט")
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
רבי חיים האלבערשטאם, גרינדער פונעם צאנזער חסידות

צאנז (אדער סאנדז) אין מערב גאליציע, איז א באקאנטע שטאט אין די חסידישע קרייזן, וואס דארטן האבן געוואוינט די רבנים און רבי'ס פון דער צאנזער דינאסטיע וואס ציעט זיך פון רבי חיים האלבערשטאם, באקאנט אלס דער דברי חיים.

נאך זיין פטירה (כ"ה ניסן ה'תרל"ו) איז זיין נאכפאלגער געווען זיין פערטער זון, רבי אהרן האלבערשטאם, וואס האט געדינט ווי רב און אדמו"ר פון צאנז, אבער מיטן נאמען 'קרייזער רב', דער טיטל וואס ער האט געהאט ביי זיין פאטערס לעבן פון תרט"ו.

נאך זיין פטירה א' אב תרס"ו איז געווען זיין נאכפאלגער אלץ צאנזער רב זיין זון רבי אריה לייבוש האלבערשטאם, מיטן נאמען באקאנט אלס רבי לייבוש צאנזער, און נאך זיין פטירה כ"א אדר א' תרצ"ה האט מען אויפגענומען זיין זון אלץ צאנזער רב רבי מרדכי זאב האלבערשטאם וואס איז געהרגעט געווארן ביים חורבן אייראפע כ"ו סיון תש"ב צוזאמען מיט זיין זון רבי ברוך, זיין ממלא מקום אין גריבאוו. רוב פון די חסידים זענען אומגעקומען ביים חורבן.

זעקס פון די קינדער פונעם צאנזער רב רבי חיים האלבערשטאם[lower-alpha 1] האבן אויפגעשטעלט חסידות'ן מיט נייע נעמען, און די צאנזער חסידים פון די גאנצע וועלט האבן זיך צעטיילט צווישן זיי; וואס רוב זענען אריבערגעגאנגען צו זיין בכור, רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם פון שינאווא, אבער אין שטאט צאנז און אין אירע שטעט ארום זענען רוב איינוואינער געווען חסידים פון רבי אהרן וואס איז געשטעלט געווארן דורך זיין טאטן בחייו אלץ זיין ממלא מקום. [און אזוי ווייטער ביזן לעצטן צאנזער רב רבי מרדכי זאב]. אדער ביי רבי יצחק טוביה ראבין, איידעם פון צאנזער רב, וואס ער האט איבער גענומען די שטוב און בית המדרש (נישט די שטאטישע, נאר די חסידישע) פון זיין שווער, דעם צאנזער רב. און אזוי איז דער צאנזער הויף געוואקסען מיט טויזנטער חסידים ביז דער מלחמה וואס דאן האט זיך געציילט אין שטאט צאנז גופא קרוב צו צוויי טויזנט חסידים. אויך אין די שפעטערע דורות האבן זיך די הויפן ווייטער צעשפרייט אויף צענדליגע רעביסטעוועס.

דער צאנזער בוים

רבי חיים האלבערשטאם זצ"ל (ה'תקנ"ז - כ"ה ניסן ה'תרל"ו), רב אין צאנז, דער דברי חיים.

(די קינדער פון ערשטען ווייב מרת רחל פייגא (ה'תק"ס (אומגעפער) - כ' ניסן ה'תר"ה), א טאכטער פון רבי ברוך תאומים-פרענקל, דער ברוך טעם).

(די קינדער פון דריטן ווייב מרת רעכיל דבורה א טאכטער פון רבי יחיאל צבי הירש אונגאר פון טארנא).

שינאווער צווייג

  שינאווא (חסידות)

רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם זצ"ל (כ' שבט ה'תקע"וו' טבת ה'תרנ"ט), דער שינאוואער רב.

(די קינדער פון ערשטען ווייב מרת טאבע ( - ה'תקצ"ט), א טאכטער פון רבי אריה לייביש ליפשיץ, רב אין ווישניצא, דער אריה דבי עילאי).

(די קינדער פון צווייטן ווייב מרת דבורה ( - ה'תר"ד (אומגעפער) ), א טאכטער פון רבי מרדכי זילברשטיין, רב פון האלאשיץ, אן איידעם פון זיין ערשטען שווער דער אריה דבי עילאי).

(די קינדער פון פערטען ווייב מרת חנה רחל א טאכטער פון רבי צבי הירש רומערז רב אין לעשנוב, א ברודער פון מרת מלכה די ווייב פון דעם שר שלום פון בעלזא.

קשאנאווער צווייג

  קשאנוב (חסידות)

באבאווער צווייג

  באבוב (חסידות)

קרייז - צאנז צווייג

גארליצער צווייג

  גארליץ (חסידות)

ראצפערט צווייג

  ראצפערט (חסידות)
    • מרת חנה, בזיווג ראשון, די ווייב פון אן אייניקל פון טריסקער מגיד. בזיווג שני די ווייב פון רבי מנחם מענדל ראזענפעלד, א זון פון הרב שלום ראזענפעלד (דער צווייטער), רב אין קאמינקא.
    • מרת סימא ברכה, די ווייב פון רבי חיים צבי טייטלבוים, דער סיגוטער רב.
    • מרת חיה פראדל, די ווייב פון בן-ציון האלבערשטאם, דער באבאווער רב.
    • מרת אדל, בזיווג ראשון די ווייב פון, רבי חיים מאשקאוויטש, א זון פון הרב בצלאל יהושע מאשקאוויטש, פון גלינא. בזיווג שני די ווייב פון רבי ישראל צבי רויטנבערג, דער קאסאנער רבי.

טשחויווער צווייג

צאנז-קלויזנבורג צווייג

  קלויזענבורג

הערות


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!


ציטירן פאנטשער: ס'זענען דא <ref> טעגס פאַר א גרופע וואס הייסט "lower-alpha", אבער מ'האט נישט געטראפן קיין <references group="lower-alpha"/> טעג אנטקעגן, אדער א שליסנדיגער </ref> פעלט.