רוי:רבי אלעזר ראזענפעלד

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אלעזר הלוי ראזענפעלד זצ"ל (י' ניסן ה'תרכ"ב - ז' מנחם אב ה'תש"ג) רבי אלעזר'ל אשפעצינער.

אפשטאם

רבי אלעזר'ל איז געבוירן געווארן י' ניסן ה'תרכ"ב אין קאמינקא, צו זיין פאטער הרב רבי יהושע ראזענפעלד, רב אין קאמינקא, א זון פון הרב רבי שלום ראזענפעלד, רב אין קאמינקא. און צו זיין מוטער מרת שיינדל א טאכטער פון הרב שמואל צבי הירש, פון דרישקאפאלי, א זון פון הרב אלעזר רוקח פון די חכמי בראד (דער פאטער פון דער שר שלום פון בעלזא).

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי אלעזר'ל געגעסען קעסט איין יאר ביי זיין שוואגער הרב רבי יצחק טוביה רובין אין צאנז.

אין יאר ה'תרמ"ה איז רבי אלעזר'ל געווארן רב אין באכניא, אין יאר ה'תרנ"ז רב אין קאמינקא, און אין יאר ה'תרס"ז האט ער זיך באזעצט אין אשפעצין (פון דארט נעמט זיך דער נאמען רבי אלעזר'ל אשפעצינער). ט"ו מנחם אב ה'תרצ"ו איז רבי אלעזר'ל ארויף געפארן קיין צפת, און ווינטער ה'תרצ"ז האט רבי אלעזר'ל זיך באזעצט אין ירושלים און געגרינדערט א בית המדרש אין מאה שערים, זומער ה'תרצ"ט איז רבי אלעזר'ל צוריק געקומען קיין אשפעצין.

הסתלקות

רבי אלעזר'ל איז נפטר געווארן ז' מנחם אב ה'תש"ג.

פאמיליע

אין יאר ה'תרכ"ח (אומגעפער) - ביי די זעקס יאר - איז רבי אלעזר'ל פארלויבט געווארן מיט מרת פראדיל א טאכטער פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און געהייראט מיט איר אין יאר ה'תרל"ח (שוין נאך די פטירה פון צאנזער רב). דער שינאווער רב א ברודער פון די כלה איז געווען דער אונטער-פירער. זייערע קינדער:

  • מרת שיינדיל, די ווייב פון הרב אריה לייביש ראזענפעלד פון מאשציסק.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אוהב שלום - צוזאמען גענומען דורך הרב נחום מאיר גערמאן ה'תשמ"ג
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות - מלכה, א.ל.ג. - שרה מלכה דבורה, אוהב שלום - מלכה דבורה

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!