רוי:רבי שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל
רבי שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל זצ"ל (ה'תרכ"ז - כ"ב חשוון ה'תרצ"ד), רב אין קלאסנא-וויעליטשקא.
אפשטאם
רבי שמואל שמעלקא עזריאל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ז [1], צו זיין פאטער הרב פנחס תאומים-פרענקל רב אין ציעשינאוו, א זון פון הרב רבי דוב בעריש תאומים-פרענקל, רב קניעניטש און ציעשינאוו, א זון פון הרב רבי יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון הרב רבי ברוך תאומים-פרענקל דער ברוך טעם. און צו זיין מוטער מרת דרעזיל א טאכטער פון הרב רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.
רבנות
נאך זיין שווער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"ה איז רבי שמואל שמעלקא עזריאל געווארען רב אין קלאסנא-וויעליטשקא אויף זיין שווער'ס ארט. זיין זיידע דער שינאווער רב איז געפארן מיט אים צו זיין באקרוינונג, ער האט געזאגט 'רבי שמואל שמעלקא עזריאל איז שוין דער אכט-און-צוואנציגסטער דור פון רבנים פון זיין פאמיליע.
הסתלקות
רבי שמואל שמעלקא עזריאל איז נפטר געווארן כ"ב חשוון ה'תרצ"ד.
פאמיליע
רבי שמואל שמעלקא עזריאל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שרה ( - י"א אדר א' ה'תרע"ג), א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא פייביש תאומים-פרענקל רב אין קלאסנא-וויעליטשקא. זייערע קינדער:
- הרב פנחס אריה לייביש תאומים-פרענקל ( - ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין קלאסנא.
- הרב יחזקאל שרגא תאומים–פרענקל הי"ד ( - ל"ב בעומר ה'תש"ד), דיין אין וויעליטשקא. ער האט געהייראט מרת רבקה א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, רב אין לינסק.
- מרת טויבא רחל, די ווייב פון הרב אהרן האלבערשטאם (ה'תרנ"ה (אומגעפער) - ) פון ניו יארק, א זון פון הרב רבי אלישע האלבערשטאם רב אין גארליץ.
- מרת יוכבד רייצא, די ווייב פון הרב נפתלי צבי שמואל ראזענפעלד הי"ד, א זון פון הרב רבי אלעזר ראזענפעלד פון אשפעצין.
בזיווג שני האט רבי שמואל שמעלקא עזריאל געהייראט בזיווג שני מרת איטא א טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם רב אין קשאנאוו
- הרב דוד הי"ד.
- הרב חיים ברוך הי"ד.
- מרת פרומעט ביילא, די ווייב פון הרב מנחם מענדל הורוויץ הי"ד (ה'תרמ"ג (אומגעפער) - ה'תש"ג), רב אין מעליץ
רעפערענצן
- י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- ↑ י"ג אורות, א.ל.ג. תרכ"ב
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!