רוי:רבי משה האלבערשטאם (שינאווא)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי משה האלבערשטאם זצ"ל (ט' מנחם אב ה'תר"בי"ב חשוון ה'תרע"ט), באקאנט אלס רבי משה'לי שינאווער.

אפשטאם

רבי משה'לי איז געבוירן געווארן ט' מנחם אב ה'תר"ב, צו זיין פאטער הרב רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם, דער שינאווער רב, א זון פון הרב רבי חיים האלבערשטאם, דער צאנזער רב. און צו זיין מוטער מרת דבורה א טאכטער פון הרב מרדכי זילברשטיין, רב פון האלאשיץ, אן איידעם פון, הרב רבי אריה לייביש ליפשיץ, דער אריה דבי עילאי.

זיינע רבי'ס

רבי משה'לי איז געווארן א יתום פון זיין מאמע זייער יונג, און איז אויפגעצויגן געווארן ביי זיין פעטער הרב רבי משה אונגאר, וואס האט געוואוינט אין צאנז, דערמיט האט ער זוכה געווען צו דרייען זיך ביים זיידן דער צאנזער רב, אין צו געניסן און שעפען פון אים קדושה און יראת שמים.

רבנות

רבי משה'לי איז געווען א געוואלדיגער תלמוד חכם. זיין פאטער, דער שינאוואער רב, האט אים איבערגעגעבן דאס רבנות אין שינאווא נאך עטליכע יאר פאר זיין הסתלקות, און אים געריפען יונגער רב. נאך די פטירה פון זיין פאטער האט מען אים אויפגענומען אלס ממלא מקום פון פאטער, רב אין שינאווא. ביים ערשטן וועלט קריג איז רבי משה'לי אנטלאפען קיין וויען.

הסתלקות

רבי משה'לי איז נפטר געווארן עש"ק י"ב חשוון ה'תרע"ט, און ליגט אין צאנז נעבען דעם אוהל פון צאנזער רב.

פאמיליע

זיין פאטער דער שינאוואער רב האט אין א געלעגנהייט זיך אויסגעדריקט, ווער ס'וועט אים געבען א געוויסע סומע געלט וועט ער אים געבען זיין זון רבי משה'לי פאר א חתן. ס'איז דארט געווען א בעה"ב פון די שטאט בריגל הרב מאיר צבי הירש טענענבוים, ער האט דירעקט אויס געצאהלט די סומע, דער שינאוואער רב האט נישט געוואלט צוריק ציהען פון זיינע רייד, אין רבי משה'לי האט געהייראט זיין טאכטער מרת אסתר מינדל.

זיי האבן עטליכע יאר נישט געהאט קיין קינדער ביז ווען רבי משה'לי איז געפארן געבן חליצה פאר דער אלמנה פון זיין ברודער רבי נפתלי האלבערשטאם, האט אים זיין זיידע דער צאנזער רב געזאגט, די מצוה פון חליצה איז א סגולה אויף צו האבן גוטע קינדער. זייערע קינדער:

  • מרת מרים, די ווייב פון הרב יעקב יצחק בידערמאן, רבי פון שידלאווצא.

זעט אויך

שינאווא (חסידות)

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!