רוי:רבי פנחס תאומים-פרענקל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי פנחס תאומים-פרענקל זצ"ל (ה'ת"ר - ה'תרל"ד), רב אין בוקאווסק און ציעשינאוו

אפשטאם

רבי פנחס איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), אן איינציגער זון (בן יחיד) צו זיין פאטער הרב רבי דוב בעריש תאומים-פרענקל, רב קניעניטש און ציעשינאוו, א זון פון הרב רבי יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון הרב רבי ברוך תאומים-פרענקל דער ברוך טעם. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יונה תאומים-פרענקל פון יעראסלאוו, א זון פון הרב אהרן אריה יהודה לייביש תאומים-פרענקל פון זאוויכוואסט, א ברודער פון ברוך טעם.

רבנות

רבי פנחס איז געווען רב אין בוקאווסק, אין יאר ה'תרכ"ט איז ער אויפגענומען געווארן רב אין ציעשינאוו אויף זיין פאטער'ס ארט.

הסתלקות

רבי פנחס איז נפטר געווארן זייער יונג, אין יאר ה'תרל"ד[1].

פאמיליע

רבי פנחס האט געהייראט מרת דרעזיל א טאכטער פון הרב רבי יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב. זייערע קינדער:

  • מרת פייגא בילא, די ווייב פון הרב שמואל שמחה לייזער פון טארנא, זיי האבן געהייראט ו' טבת ה'תרנ"א.

רעפערענצן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. דער אנציקלופדיה לחכמי גליציה שרייבט אז תרל"ד איז נישט ריכטיג, אלץ באווייז ברענגט ער, אז מען געפינט רבי פנחס צווישען די פנומעראנטען פון ספר אמרת הצרופה אין יאר תרל"ט, אבער דער ספר אמרת הצרופה איז געדריקט אין יאר תרל"ב.
  2. י"ג אורות, א.ל.ג. תרכ"ב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!