א' אדר
דאטום אין אידישן לוח
א' אדר איז דער ערשטער טאג פונעם זעקסטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער ערשטער טאג פונעם צוועלפטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
בחה (א') זשה (א') בחג זשג |
מאנטאג | תרומה |
זחג (ב') | מאנטאג | פקודי |
השג (ב') | מאנטאג | ויקרא |
בשז (א') גכז (א') בשה גכה |
מיטוואך | תרומה |
בחה (ב') זשה (ב') |
מיטוואך | פקודי |
החא (א') | דאנערשטאג | תרומה |
הכז | פרייטאג | תרומה |
בשז (ב') גכז (ב') |
פרייטאג | פקודי |
זחא זחג (א') |
שבת | משפטים |
השא השג (א') |
שבת | תרומה |
החא (ב') | שבת | פקודי |
חגים וזמנים
- אין צייטן פון בית המקדש האט מען אין דעם טאג אנגעהויבן בעטן דעם מחצית השקל, צו פינאנצירן די קרבנות ציבור פונעם נייעם יאר וואס וועט זיך אנהייבן א' ניסן[1]
- אין צייטן פון חז"ל האט מען אין דעם טאג אויסגערופן אויסצורייסן די כלאים פון די פעלדער, ווייל די געוויקסן זענען שוין קענטבאר[1]
געשעענישן
געבוירן
- ה'תקע"ה – רבי אברהם שמואל בנימין סופר, רב אין פרעשבורג און מחבר פון "כתב סופר" (נפטר י"ט טבת ה'תרל"ב)
- ה'תרמ"א – רבי יוסף אליהו הענקין, פון די גרעסטע פוסקים אין די פאראייניגטע שטאטן, מנהל פון עזרת תורה (נפטר י"ג אב ה'תשל"ג)
- ה'תרפ"ב – יצחק ראבין, פינפטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (אומגעברענגט ה'תשנ"ו)
יארצייטן
- בניהו בן יהוידע[מקור פארלאנגט]
- ד'תתקכ"ד אדער ד'תתקכ"ז (אדר א') – רבי אברהם אבן עזרא, א ראשון, פון די גרויסע מפרשי המקרא און דיכטער (געבוירן ד'תתמ"ט אדער ד'תתנ"ב)
- ה'ת"ז – רבי עזריה פיגו, מחבר פון "גידולי תרומה"
- ה'תכ"ג (אדר א') – רבי שבתי הכהן, מחבר פון "שפתי כהן" (ש"ך) אויף שולחן ערוך (געבוירן ה'שפ"ב)
- ה'תק"ג – רבי עמנואל חי ריקי, מחבר פון "משנת חסידים"
- ה'תק"ס – רבי יצחק אייזיק אייכנשטיין פון סאפרין (געבוירן ה'ת"ק)
- ה'תקס"ה (אדר ב') – נפתלי הירץ וויזעל, לינגוויסט און דיכטער, פון די גרינדער פון דער השכלה באוועגונג
- ה'תרט"ו – רבי יצחק מאיר העשל, מגיד אין זשינקאוו (געבוירן ה'תקל"ו)
- ה'תרס"ו – רבי ברוך האלבערשטאם, דער גארליצער רב
- ה'תרע"א – רבי יצחק אייזיק ישכר דוב בעריש טויבש, רב אין אטיניע
- ה'תרע"ו (אדר ב') – אהרן מארקוס, א שרייבער און פילאלאג, דער מחבר פון "החסידות" (געבוירן ה'תר"ג)
- ה'תרצ"ב – רבי אשר רובין, רב אין קארטשין (געבוירן ה'תרכ"ה)
- ה'ת"ש – רבי ישראל פריינד, רב אין הוניאד
- ה'תש"ג – רבי בן ציון נסים פרדס, דער ירושלימ'ער דרשן
- ה'תשכ"א – רבי צדקה חוצין, א תלמיד פון רבי יוסף חיים פון באגדאד און א דיין אין דעם בית דין פון דער ספרד'ישער עדה חרדית אין ירושלים (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תש"ל (אדר א') – שמואל יוסף עגנון, שרייבער
- ה'תשנ"ה (אדר א') – רבי אברהם יחיאל לעמבערגער, רב פון מאקאווא