ח' כסלו
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ח' כסלו איז דער אכטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער אכטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
הכז החא |
זונטאג | וישלח |
השא השג |
מאנטאג | וישלח |
זחא זחג |
דינסטאג | ויצא |
זשג זשה |
מיטוואך | ויצא |
בחה בחג |
דאנערשטאג | ויצא |
בשה בשז גכה גכז |
פרייטאג | ויצא |
חגים וזמנים
- לויט טייל דעות א תענית צדיקים, ווייל אין ג'שכ"א האט יהויקים פארברענט די מגילת איכה פון די נבואות פון ירמיהו וואס ברוך בן נריה האט אים פארגעליינט[1].
געשעענישן
- ה'תשמ"ו – יונתן פאלארד ווערט איינגעזעצט אין די פאראייניגטע שטאטן דורך די FBI, צוליב זיין שפיאנאזש פאר מדינת ישראל
- ה'תשמ"ז – אלי וויזל באקומט די נאבעל פריז פאר שלום
- ה'תשע"ו – יונתן פאלארד ווערט ארויסגעלאזט פון טורמע, גענוי דרייסיג יאר נאך זיין ארעסט
געבוירן
- ה'תרנ"ז – רבי יעקב האלבערשטאם, טשאקאווער רב (נפטר ה'תשכ"ח)
- ה'תשכ"ב – רבי אהרן מנחם מענדל טווערסקי, זון פון סקווערער רבי'ן
יארצייטן
- ה'תכ"ט – רבי משה בן יצחק, מחבר פון "מהדורא בתרא" פון מהרש"א
- ה'תרי"א – רבי אשר לעמיל לעווי, רב פון גאלין אין פוילן, און שפעטער א דיין אין אשכנז'ישער בית דין אין ירושלים (געבוירן ה'תקנ"ח)
- ה'תרכ"ה – רבי אברהם הכהן יצחקי, פון די גרעסטע רבנים פון טוניסיע אין אלע צייטן, בארימט מיט זיין חיבור "משמרות כהונה" (געבוירן ה'תקמ"ט)
- ה'תרל"ב – רבי אהרן פון טשערנאבילֿ (געבוירן ה'תקמ"ז)
- ה'תרנ"ו – רבי נחום דובער שניאורסאהן, דער צווייטער אדמו"ר פון אוורוטש (געבוירן ה'תר"ב)
- ה'תש"ב – רבי פינחס דוד הלוי הורוויץ פון באסטאן (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תש"ב – דוד משה שטיינבערג, פון די גרויסע חזנים און קאמפאזיטארן אין די גאלדענע תקופה פון חזנות אין אמעריקע (געבוירן ה'תר"ל)
- ה'תש"ג – רבי דוד בורנשטיין, דריטער אדמו"ר פון סאכאטשאוו, מחבר פון "חסדי דוד", אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרל"ו)
- ה'תשס"ה – רבי אליהו כץ, הויפט רב פון בראטיסלאווא און באר שבע (געבוירן ה'תרע"ו)
רעפערענצן
- ↑ אנדערע גירסות זענען ה' אדער ז' אדער כ"ח כסלו, זעט שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תק"פ, סעיף ב' און מגן אברהם, דארט.