ו' כסלו
דאטום אין אידישן לוח
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
אין יאר ה'תשפ"ד איז נישט פארהאן קיין ל' כסלו
| ||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
|
ו' כסלו איז דער זעקסטער טאג פונעם דריטן חודש אין די אידישע יאר, ציילנדיג פון תשרי, און דער זעקסטער טאג פונעם ניינטן חודש ציילנדיג פון ניסן.
קביעות פון יאר | טאג | סדרה |
---|---|---|
זחא זחג |
זונטאג | ויצא |
זשג זשה |
מאנטאג | ויצא |
בחה בחג |
דינסטאג | ויצא |
בשה בשז גכה גכז |
מיטוואך | ויצא |
הכז החא |
פרייטאג | ויצא |
השא השג |
שבת | ויצא |
חגים וזמנים
געשעענישן
- ה'רל"ט – אנהייב פון דער אינקוויזיציע אין שפאניע
- ה'תש"ב – חורבן אייראפע: ליקווידאציע אקציע אין געטא ארשא, וויטעבסק געגנט
- ה'תש"ג – חורבן אייראפע: אנהייב פון ליקווידאציע אין גראדנע
- ה'תשי"ב – חתונה פון רבי חיים קאניעווסקי מיט בת-שבע אסתר אלישיב, א טאכטער פון רבי יוסף שלום אלישיב
- ה'תשט"ו – אויפגעשטעלט דער באנק פון מדינת ישראל
- ה'תשכ"ד – פרעזידענט דזשאן עף. קענעדי ווערט אומגעברענגט
- ה'תשל"ד – געשטארבן דוד בן גוריון, דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון מדינת ישראל (געבוירן ה'תרמ"ז)
- ה'תשל"ו – די יו ען נעמט אן רעזאלוציע 3379, וואס פארגלייכט ציוניזם צו ראסיזם (די רעזאלוציע איז אנולירט געווארן אין ה'תשנ"ב)
- ה'תשמ"ג – חתונה פון רבי ברוך שמשון האגער מיט מרים, א טאכטער פון רבי ישראל האגער
געבוירן
- ה'תר"א – רבי אריה לייב ברוידא, דער לעצטער רב פון לעמבערג, פון די חשובע רבנים און פוסקים פון גאליציע (נפטר ה'תרפ"ח)
- ה'תר"ט – רבי יוסף חיים זאנענפעלד, ערשטער רב פון די עדה החרדית (נפטר ה'תרצ"ב)
- ה'תרמ"ה – יצחק בן-צבי, צווייטער פרעזידענט פון מדינת ישראל (געשטארבן ה'תשכ"ג)
- ה'תרס"ז – רבי זלמן בריזל, א ירושלימ'ער משפיע און בארימטער פינסק-קארלינער חסיד (נפטר ה'תשנ"ט)
- ה'תש"ה – יצחק מרדכי, א געוועזענער הויכראנגיגער אפיציר און פאליטיקער אין מדינת ישראל
יארצייטן
- ה'תקל"ט – רבי יקיר, א זון פון רבי אברהם גרשון פון קיטוב
- ה'תקס"ה אדער ה'תקס"א – רבי צבי הירש רוזאניס, רב פון לעמבערג און פון די בארימטע חכמי גאליציע, נפטר אין דעם טאג לויט טייל[1]
- ה'תק"צ – שלמה וויינטראוב, א חזן און קאמפאזיטאר, וואס האט אסאך באאיינפלוסט אידישע חזנות פון קומענדיגן דור (געבוירן ה'תקמ"א)
- ה'תר"ה – רבי יעקב שיק, מחבר פון "משכנות יעקב"
- ה'תר"כ – רבי חנוך זונדל בן רבי יוסף, פון די פראמינענטע מפרשי אגדה, דער מחבר פון די ספרים "עץ יוסף", "ענף יוסף" און "יד יוסף"[2]
- ה'תרנ"ח – נפתלי משכיל לאיתן, אן ארויסגעבער, באארבעטער און מחבר פון ספרים, באקאנט מיט זיין אויסגאבע פון סדר הדורות (געבוירן ה'תקפ"ט)
- ה'תרס"ח – רבי יחיאל מיכל טויבש (צווייטער), רב אין סאדיגורא, מחבר פון "שם עולם"[3]
- ה'תר"פ – רבי מרדכי דוד טייטלבוים, דיין אין סטוטשין
- ה'תר"צ – אלטער יחיאל קארניאל, א בארימטער חזן אין פוילן (געבוירן ה'תרט"ו)
- ה'תש"ג – רבי אלעזר הורוויץ, א זון פון פלאנטשער רב און רב אין גראדזיסק, אומגעברענגט אויף קידוש השם (געבוירן ה'תרמ"א)
- ה'תש"ה – רבי ישעיה קארלינסקי, רב אין עטליכע שטעט אין בעלארוס, סגן נשיא פון ועד ההצלה
- ה'תשי"ח – רבי מיכאל בער ווייסמאנדל, א גאון בארימט מיט זיין עסקנות צו ראטעווען אידן פון חורבן אייראפע, גרינדער פון נייטרא ישיבה און ישוב (געבוירן ה'תרס"ד)
- ה'תשכ"ח – רבי דוב מאיר רובמאן, א ראש ישיבה אין ווילקאמיר און אין חיפה (געבוירן ה'תרנ"ה)
- ה'תשנ"ה – רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ האלבערשטאם, דער דריטער סטראפקובער רבי (געבוירן ה'תרס"ח)